ניו יארק – די רוסישע לויערקע וועלכע האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט טראמפ'ס זוהן און אנדערע טראמפ קאמפיין באאמטע אין זומער יאר 2016 אין טראמפ טאוער, שפילט עכט א פיל גרעסערע ראלע פאר דער רוסישער רעגירונג, ווי מען האט ביז יעצט באריכטעט. אימעילס און דאקומענטן וואס "ען-בי-סי" ניוז האט אויפגעדעקט, און וואס די לויערקע נאטאלי וועסעלניצקייע האט מודה געווען, צייגן אז אויסער וואס זי דינט אלס לויער פאר רוסישע פירמעס, העלפט זי אויך ארויס די רוסישע רעגירונג'ס אינטערעסן ווען עס קומט אויף אין אמעריקאנער געריכטן. אויסער דעם זאגט וועסעלניצקייע, דינט זי אלס אינפארמאנט פאר דער רוסישער רעגירונג, איבערצוגעבן וויכטיגע אינפארמאציע פאר רוסלאנד פון איבער דער וועלט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל