היינט האט זיך אפיציעל געעפנט א נייע קאפיטל אין די היסטאריע פון קובא, ווען מיגואל דענעז-קענאל איז איינגעשוואוירן געווארן אלס פרעזידענט און וועט ערזעצן דעם 86 יעריגן ראול קאסטרא וועלכער האט איבערגענומען די לייצעס פון זיין ברודער פידעל קאסטרא אין 2006, מיט די איינשווערונג פון דענעז-קענאל ענדיגט זיך א קאפיטל פון 60 יאר וואס די קאסטרא פאמיליע האט אנגעהאלטן די מאכט מיט אן אייזערנעם פויסט.

אבער פאר די וועלכע האבן געקלערט אז מיט דעם ענדיגט זיך די קאמוניסטישע רעזשים האט דער נייער פרעזידענט קלאר געמאכט אין זיין איינשווערונגס רעדע אז ער וועט נישט דורכפירן קיין דראסטשיע רעפארמען און קלארגעשטעלט אז ״עס איז נישטא קיין פלאץ אין קובא פאר די וועלכע זוכן צו צוריקברענגען אהער קאפיטאליזם״ און פארשפראכן צו באשיצן די קאמוניסטישע כאראקטער און גלייכצייטיג איינפירן בלויז ״וויכטיגע״ טוישן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל