נארט קארעא פארלייכטערט געשפרעכן תנאים
דיפלאמאטן אין סאוט קארעא זאגן אז נעכטן איז פארגעקומען א שטארקע דורכברוך אין די אנגייענדע געשפרעכן צווישן די דיפלאמאטישע דעלעגאציעס פון נארט און סאוט קארעא ווען די פארשטייער פון נארט קארעא האבן איינגעשטימט צו אראפנעמען פון טיש איינע פון די גרעסטע שטרויכלונגען פאר די פארהאנדלונגען, נעמליך דעם באדינג אז אמעריקע זאל נישט האבן קיין אנוועזנהייט אויפ׳ן קארעאר האלב-אינזל אלס תנאי פאר איר נוקלעאריזאציע. דאס איז א דראמאטישע דורכברוך וויבאלד די אנזוועזנהייט פון די 28 טויזנט אמעריקאנער טרופן אין סאוט קארעא איז געזען געווארן אלס איינער פון די הויפט שטרויכלונגען אין די געשפרעכן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל