אין די קענגליכע פאלאץ אין לאנדאן איז נעכטן פארגעקומען א גאר היסטארישע זיצונג פון פארשטייער פון אלע לענדער וועלכע זענען סימבאליש אונטער די בריטישע קעניגרייך, און וועלכע זיי דארפן נעמען א באשלוס ווער עס זאל געקרוינט ווערן אלס דער פארזעצער פון די יעצטיגע קעניגן אליזאבעט, וויבאלד אונטער די פארשריפטן דארפן זיי נישט אויטאמאטיש אננעמען דער נאטורליכער יורש און קענען אליין אויסוועלן.

די 92 יעריגע קעניגן האט אפעלירט צו זיי אז זיי זאלן נאמינירן איר זון פרינץ טשארלס אלס איר נאכפאלגער, א זאך וואס די לענדער זענען ערווארטעט צו באשטעטיגן מארגן פרייטאג ווען די פארשטייער פון די 53 לענדער וועלן אפהאלטן א קאנפערענץ אין לאנדאן ווי זיי וועלן צווישן אנדערע אויך ארויפברענגען די פראגע איבער די צוקונפט פון די בריטישע קעניגליכע הויז, און עס וועט אויך באהאנדלט ווערן זייער האנדלס באציאונגן מיט בריטאניע נאך ברעקזיט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל