דער ארויסגאנג פונעם קווינס-מידטאון טונעל איז איינער פון די פארנומענסטע קרייצפונקטן אין ניו יארק סיטי, אבער אנשטאט העלפן פארלייכטערן דעם פארקער איז די פאליציי פארנומען טיילן טיקעטס פאר מאטאריסטן וואס קענען זיך נישט קיין עצה געבן צווישן דעם ארטיגן טראפיק-לאמפ און בלייבן שטעקן אינמיטן פונעם אינטערסעקשאן.

די רעדע איז פונעם אינטערסעקשאן ביי דער איסט-39סטער סטריט און דער דריטער עוועניו, וואו עס ווארט אפ די מאטאריסטן וואס קומען ארויס פונעם טונעל א כסדר'דיגער שטראם פון קארס און באלדיגער טראפיק-לאמפ. דרייווערס בלייבן געווענליך מיט איינעם פון צוויי ברירות: כאפן דעם גרין-לייט, אדער בלייבן שטעקן אינמיטן אינטערסעקשאן און אפהאלטן דעם פארקער פון אלע זייטן.

די אנוועזנדע פאליציאנטן, לויט דער באשולדיגונג, האבן דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר אויסגעטיילט דארט טויזנטער טיקעטס, אנשטאט העלפן פארלייכטערונג דעם פארקער דורכ'ן דירעקטירן מאטאריסטן וואו צו פארן.

בילד3

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל