שטייענדיג איבער 5 יאר נאך האריקעין סענדי וועלכע האט איבערגעלאזט איבער 19 ביליאן דאלער שאדנס פאר ניו יארק איבער אלע 5 בארא׳ס, און די שטאט איז נאך אלס נישט גענצליך ערהוילט פון די שרעקליכע קאטעסטראפע.

עקספערטן האבן באלד נאך די האריקעין געווארנט אז די שטאט איז נאך אלס נישט גענצליך באשיצט פון נאך אזא שטורעם, און ווי וועטער עקספערטן זאגן איז עס בלויז א פראגע פון צייט ביז נאך א ״סופער-שטורעם״ פאלט אן די ברעגעס פון ניו יארק.

דעריבער האט די סיטי אין 2013 פארעפנטליכט א ביד פאר אינדשענירן צו צוזאמענשטעלן א פלאן פאר א מעגא-פראיעקט וועלכע זאל באשיצן די ברעגעס פון ניו יארק פון אזא טראגעדיע אין די צוקונפט, און 7 פראיעקטן זענען באטראכט געווארן אלס קאנדידאטן.

אצינד האט די שטאט ראט געגעבן א גרינע ליכט פאר א מאסיווע פראיקט וועלכע רופט זיך פראיעקט ״ביג יו״ אויף וועלכע די שטאט האט שוין אויסגעגעבן איבער א ביליאן דאלער, עס רעכנט אריין א מאסיווע פארק אויף די איסט סייד ביים ים, עס רעכנט אריין 11 בלאקס פון גרינס.

אין די פארק וועט אריינגעשטעלט ווערן פארשידענע ווענט און עס וועט געבויעט ווערן בערג וועלכע וועלן אפהאלטן א פארפלייצונג אין פאל פון א האריקעין, און לויט ווי די פלאנירער זאגן וועלן זיי אנהייבן קאנסטרוקציע אין 2020 נאכדעם וואס אלע לעגאלע פארמאליטעטן זענען מסודר.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל