אין ליכט פון די איבעראשנדע סוקסעס פונעם סאמיט צווישן די פירער פון נארט און סאוט קארעא זענען די צוגרייטונגען פאר די סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג-אָן אריין אין ערנסטערע פאזעס, און מען טוט ערנסט באטראכטן עטליכע לענדער אלס מעגליכע לאקאלן פאר דעם היסטארישן סאמיט.

פרעזידענט טראמפ האט לעצטנס געזאגט אז עס ווערן באטראכט 5 לאקאלן, און עס וועט געפאסט ווערן א באשלוס אין די קומענדיגע טעג, די צוויי לענדער וועלכע ווערן ערנסט באטראכט זענען סינגאפור, טאילאנד, און מאנגאליע.

היינט האט פרעזידענט טראמפ איבעראשט מיט א טוויט אין וועלכע ער טוט אנדייטן אז ער קלערט פון עס אפהאלטן אויפ׳ן קארעאר האלב-אינזל, אין די דע-מיליטעריזירטע זאנע אויפ׳ן גרעניץ צווישן די צוויי לענדער, שרייבנדיג ״עטליכע לענדער ווערן באטראכט, אבער וואלט עס נישט געווען פאסיג צו אפהאלטן אינעם שלום הויז ביים גרעניץ צווישן די צוויי לענדער?״

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל