ווען זינגערייען "פארן" אויף די נערוון
אמסטערדאם – אויב מאכט זיך אמאל אז איר פארט דורך די הויפט שאסיי אינעם האלענדישן ווילעדזש דזשעלסאם, וועט איר פלוצלינג הערן ווי די שאסיי זינגט פאר אייך א שיינע מעלאדיע. די לאקאלע טראנספארטאציע און טוריזם באאמטע האבן דאס איינגעשטעלט אלס אן אינטערעסאנטער וועג צוצוציען רייזנדע, באזונדער קיין דזשעלסאם, און עס ארבעט דורכדעם וואס ארבעטער האבן אריינגעקריצט פארשידענע סטראטעגישע לעכער און קריצן לענגאויס דער שאסיי, אזוי אז ווען די רעדער קלאפן זיך אן דערויף, גיט עס ארויס א קול, און אינאיינעם הערט זיך עס ווי א מעלאדיע. אבער די לאקאלע איינוואוינער זאגן אז די מעלאדיעס גייען זיי שוין אויף די נערוון, און יעדעס מאל וואס א קאר פארט דורך, גריצלט זיי דאס אין אויער. זיי זאגן מוחל טובות די באזוכער.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל