מאנהעטן – אן ארטאדאקסישער איד איז געשטאכן געווארן עטליכע מאל ה"י, פארנט פון דער עמפייער סטעיט געביידע אין מאנהעטן, נאך א קריגעריי. דער אינצידענט האט פאסירט - ווי נעכטן ערשט באריכטעט דורך אידישע נייעס - ווען דער איד און דער אנדערער, א פעדעקס ארבעטער, זענען אריין אין א ווערטערליכן געפעכט פארנט פון 330 פינפטער עוועניו, ווען דער פעדעקס ארבעטער האט ארויסגענומען א מעסער און געשטאכן דעם איד, וועלכער האט געליטן שווערע וואונדן. דער איד איז אפגעפירט געווארן צום בעלוויו שפיטאל, וואו ער געפינט זיך אין א סטאבילן צושטאנד, און די ניו יארק סיטי פאליציי זענען אין איילעניש אראפגעקומען צום ארט און אנגעהויבן מיט זייערע אויספארשונגען. עדות אויפ'ן ארט האבן געזאגט אז דער פעדעקס ארבעטער האט גע'טענה'ט אז דער איד האט אים אטאקירט ערשט, אבער יעדער האט געזען ווי דאס איז נישט אמת. אלנפאלס, מ'ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת יעקב בן יוכבד.

זעה בילדער

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל