בארא פארק – אידישע איינוואוינער אין בארא פארק האבן אפגעאטעמט נאכ'ן הערן אז אן אנטיסעמיטישער פייערלעשער, וועלכער האט געזאלט ווערן א מיטגליד פון דער "פייער סטאנציע 247" אין בארא פארק, איז למעשה אוועקגענומען געווארן און וועט דינען אין אן אנדערער סטאנציע. די רעדע איז פון דזשאוסעף קאסאנא, זון פונעם געוועזענעם ניו יארק פאליציי באאמטער סאלוואטאר קאסאנא.

ווי שוין נעכטן באריכטעט, איז דזשאוסעף ארויסגעווארפן געווארן פון זיין אמט אין יאר 2013, נאך דער אויפדעקונג אז ער האט געשריבן העסליכע מעסעדזשעס אויף טוויטער, אריינגערעכנט אז ער האט פיינט אידן פונקט ווי היטלער האט פיינט געהאט אידן. יעצט האט געהייסן אז ער וועט ווערן א מיטגליד אין דער סטאנציע אין הארץ פון א אידישן געגנט, וואס האט געברענגט א שטורעם פון לאקאלע פאליטישאנס, און די פייער באאמטע האבן ב"ה צוריקגעצויגן דערפון.

בילד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל