פיאנגיענג – 32 כינעזער טוריסטן און 4 צפון קארעא בירגער, זענען געשטארבן אין א מאסיווע באס עקסידענט אין צפון קארעא, לויט א מעלדונג פון דעם כינעזער אויסערן מיניסטעריום, וועלכער האט געזאגט אז אויסער דעם זענען 2 כינעזער בירגער שווער פארוואונדעט געווארן און זענען אין א קריטישן צושטאנד. אכציג פראצענט פון אלע אויסלענדישע באזוכער און טוריסטן אין צפון קארעא זענען כינעזער בירגער, און די טוריזם אינדוסטריע אין צפון קארעא ברענגט אריין בערך 44 מיליאן דאלאר יערליך פאר דעם ארטיגן רעזשים. כינעזער דיפלאמאטן האבן זיך געיאגט צו דער סצענע פונעם שרעקליכן עקסידענט, וואס האט פאסירט אינעם ארטיגן האוואנגיא פראווינץ, און ווי עס זעט אויס האט עס פאסירט אלס רעזולטאט פון א שווערן רעגנדיגן וועטער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל