אויל אויסגוס אין מיסיסיפי ריווער
לואיזיאנא – די אמעריקאנער קאוסט גארד האט נעכטן געזאגט, אז הונדערטער גאלאנען פון געדעכטע אויל און גאזאלין, האבן זיך ארויסגעגאסן אינעם מיסיסיפי ריווער נעבן לואיזיאנא, פון א טאנקער שיף וועלכע האט געפירט פארשידענע כעמיקאלן. אין זייער מעלדונג, האט די קאוסט גארד געזאגט אז דער אויסגוס האט פאסירט אויף אן אויסלענדישער שיף פון דער "אייוואר עקספארטער" פירמע, און אז זיי האבן באוויזן גאר שנעל צו ברענגען דעם אויל אויסגוס אונטער קאנטראל, נאכדעם וואס עס האט זיך שוין געהאט ארויסגעגאסן ארום 2,600 גאלאן אין וואסער אריין. קיין שום געשעדיגטע, אדער שאדנס פאר פישן און אנדערע וואסער באשעפענישן, זענען דערווייל נישט אויפגעכאפט געווארן, און די קאוסט גארד פירט אן מיט דער אויפרייניגונג און מיט דער אויספארשונג ארום דעם אויסגוס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל