טעקסאס – דער געוועזענער אמעריקאנער פרעזידענט דזשארדזש עיטש וואלקער בוש, איז נעכטן אפגעפירט געווארן אין שפיטאל, און דיאגנאזירט געווארן מיט אן אינפעקציע אין בלוט. בוש איז אריינגעשטעלט געווארן אין "אינטענסיוו קעיר", און די בוש פאמיליע זאגט, אז נאכ'ן באקומען עמורדזשענסי באהאנדלונג האט זיך זיין צושטאנד טיילווייז סטאביליזירט, און זיין קערפער רעאגירט צו די באהאנדלונג און מעדיצינען. די שפיטאליזירונג פון בוש, וועלכער איז 94 יאר אלט און דער לענגסט-לעבנדער פרעזידענט אין אמעריקאנער היסטאריע, איז געקומען איין טאג נאכ'ן באגרעבעניש פון זיין פרוי, בארבארא בוש, וועלכע איז אויך געווען די מוטער פונעם צווייטן פרעזידענט בוש.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל