אן אינטערעסאנטע אנקעטע וואס איז נארוואס דורכגעפירט געווארן ווייזט, אז אזויפיל ווי 89 פראצענט פון אמעריקאנער אידן זענען מאמינים בה'.

טראץ דעם וואס ס'איז נישט קלאר אז זייער גלייבן קומט נאך די הלכה'דיגע פארשריפטן וואס פארלאנגט זיך צו הייסן א 'מאמין', איז עס פארט מערקווירדיג אז א מערהייט פון אמעריקאנער אידן, וועלכע זענען על פי רוב נישט קיין שומרי תורה ומצוות, האבן פארט נישט אינגאנצן פארלוירן די אמונה.

די ציפערן געבן אבער נישט קיין פאזיטיוו בילד און ביי רוב פון די דאזיגע 'מאמינים' ענדיגט זיך דאס שייכות מיט כביכול ביי דעם. אינגאנצן 63 פראצענט 'רעדן' צום אויבערשטן -- דורך תפילה אדער אין די אייגענע ווערטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל