שרעק ביי סי-איי-עי הויפטקווארטירן
ווירדזשיניע – נעכטן איז אפירגעקומען, אז פארגאנגענעם פרייטאג האט פאסירט א שרעקעדיגער אינצידענט ביי די סי-איי-עי הויפטקווארטירן אין לענגלי, ווירדזשיניע, ווען א פרוי האט פרובירט אריינצוקומען אינעווייניג אין דער צענטראלער געביידע, האבנדיג מיט זיך אן אנגעלאדנטן ביקס מיט קוילן. דער אינצידענט האט פאסירט מיט פרוי בעטה האוט (Beth Huth), וועלכע איז אריינגעקומען מיט א ווייסן קאר צום הויפט צוים פון די סי-איי-עי הויפטקווארטירן, און ווען דער סי-איי-עי אפיציר האט געבעטן צו זען איר אידענטיפיקאציע, האט זי ארויסגענומען א געשריבענעם צעטל. דער אפיציר האט איר געפרעגט אפאר זאכן, אבער זי האט נישט געענטפערט, און ער האט איר געהייסן שרייבן אויף א צעטל וואס זי פארמאגט אין דער קאר, האט זי צוריקגעשריבן "גאן". דער אפיציר האט דאן געשטורעמט דעם קאר און געטראפן דעם אנגעלאדנטן גאן און 100,000 דאלאר קעש. האוט איז נעכטן ערשינען אין געריכט צום ערשטן מאל זינט'ן אינצידענט, און מען זאגט אז זי איז פשוט גייסטיש קראנק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל