פאסיפיק אקעאן – די מיסיע פונעם מיקראסאפט קא-גרינדער פאול אלען, צו טרעפן געזונקענע מלחמה שיפן אינעם דרום פאציפישן אקעאן, האט דערגרייכט נאך א זיג נעכטן, ווען ער האט געמאלדן אז זיינע פארשער האבן געטראפן די "יו-עס-עס העלענא", נאענט צו 75 יאר נאכדעם וואס עס איז אריינגעזונקען געווארן אין די טיפענישן פונעם ים דורך יאפאנעזער טארפעדא מיסילס ביים צווייטן וועלט קריג. 900 אמעריקאנער זעלנער האבן זיך געפונען אויף דער שיף, און מער ווי 730 פון זיי זענען סוקסעספול געראטעוועט געווארן איידער די שיף האט פולקאם איינגעזונקען אינעם וואסער. אלעס אינאיינעם האט אלען'ס מיסיע שוין געטראפן דריי שיפן פונעם צווייטן וועלט קריג, אין ווייניגער ווי דריי וואכן, נאכ'ן טרעפן די "יו-עס-עס לעקסינגטאן" און די "יו-עס-עס זשוניא" אינעם זעלבן אקעאן ראיאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל