וואשינגטאן – קאנגרעס האט נעכטן געעפנט אן אויספארשונג, איבער קארופציע אינערהאלב די יוטיליטי און עלעקטעריציטעט אויטאריטעט אינעם אמעריקאנער טעריטאריע פארטא ריקא. זינט האריקעין מאריא האט פאראורזאכט שרעקליכע חורבנות פאר די 3.4 מיליאן איינוואוינער אין פארטא ריקא, האט די "פארטא ריקא עלעקטעריק פאוער אויטאריטי" נאכנישט צוריקגעשטעלט קיין עלעקטער פאר אלע איינוואוינער, און עס זענען יעצט דא נאך ארום 13 פראצענט וואס האבן נישט קיין עלעקטער. די קאנגרעסיאנאלע "נאטורליכע רעסורסעס" קאמיטע האט געעפנט אן אויספארשונג, צי די פארלאנגזאמטע און פארנאכלעסיגטע ארבעט האט עפעס שייכות מיט קארופציע, נאכדעם וואס באריכטן האבן געצייגט אז ארבעטער אינערהאלב דער יוטיליטי אויטאריטעט, האבן אקצעפטירט שוחד געלטער פון פריוואטע ביזנעסער, צו קומען רעסטאוורירן זייער עלעקטער, און אין דער זעלבער צייט פארנאכלעסיגן די עלעקטער פון פשוט'ע איינוואוינער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל