אוסטין – לאקאלע פאליציי אין אוסטין, טעקסאס זאגן, אז זיי פארשן אויס דריי באזונדערע פעקלעך-באמבעס וועלכע האבן אויפגעריסן אין די לעצטע פאר טעג, אומברענגענדיג צוויי און פארוואונדענדיג דריי. דער ערשטער פאל האט פאסירט אנדערהאלבן וואך צוריק, ווען אן איינוואוינער האט געעפנט א פעקל וואס האט עקספלאדירט אין זיין געזיכט און ער איז גלייך אומגעקומען. די צוויי אנדערע פעלער האבן פאסירט נעכטן אינדערפרי, אויף אן ענליכן פארנעם. די עף-בי-איי איז אריינגערופן געווארן, און איינוואוינער האבן באקומען א ווארענונג נישט צו עפענען קיין שום פעקלעך אדער פאסט וואס זעט אויס צו זיין פארדעכטיגט. אויספארשער זאגן אז אלע 3 פעלער זענען פארבינדן, און ס'איז מעגליך א סעריע פון ראסע אטאקעס, וויבאלד אלע געצילטע זענען שווארצע אדער ספאנישע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל