וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער זאגן, אז לערי קאדלאו וועט איבערנעמען אלס פרעזידענט טראמפ'ס הויפט עקאנאמישער ראטגעבער, ערזעצנדיג גערי קאהן וועלכער האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן צוליב זיין מיינונגס-דיפערענץ מיט טראמפ איבער די געפלאנטע אימפארט-שטייערן אויף אייזן און אלומינום וואס קומען אריין פון אנדערע לענדער. קאדלאו איז אן עקאנאמישער אנאליסט אויף עטליכע נייעס סטאנציעס און א קאנסערוואטיווער קאמענטאטאר, און ער האט אויך געדינט אין דער אדמיניסטראציע פונעם רעפובליקאנער פרעזידענט ראנאלד רעיגען. קאדלאו איז פאריגע וואך אויך ארויסגעקומען קעגן טראמפ'ס אימפארט-שטייערן פלאן, אבער ווייסע הויז באאמטע זאגן אז קאדלאו וועט זיך גרינגער צושטעלן צו טראמפ'ס באשלוסן, אפילו עס איז אנדערש ווי ער וויל.
הוסף רשומת תגובה