וואשינגטאן – די פירערשאפט פון דער קאנגרעסיאנאלער שפיאנאזש קאמיטע האט נעכטן געמאלדן, אז זייער אויספארשונג איבער מעגליכע קאאפעראציע צווישן טראמפ קאמפיין און רוסלאנד, איז פארטיג, און זיי האבן נישט געפונען קיין שום באווייזן אז די טראמפ אדמיניסטראציע איז באגאנגען סיי וועלכע אומלעגאלע שריט איבער די אישו פון רוסלאנד. קאנגרעסמאן מייק קאנוועי, א רעפובליקאנער פון דער קאמיטע, זאגט אז מען קען דערווארטן אין די גאר נאענטע טעג אז זיי וועלן ארויסגעבן זייער ענדגילטיגן באריכט, וועלכע וועט באשטיין פון ארום 150 זייטן. באלד האט מען געהערט נעכטן נאכמיטאג פון די דעמאקראטישע קאנגרעסלייט אויף דער קאמיטע, אז דער אויספיר פון די רעפובליקאנער איז נישט ריכטיג, ווייל זיי האבן יא געטראפן קלארע באווייזן פון אומלעגאלע טראמפ-רוסלאנד צוזאמארבעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל