מאקעדאניע – טויזנטער האבן זונטאג מארשירט אין לאנד מאקעדאניע, אפצוצייכענען דעם טרויעריגן 75'סטן יארטאג פון ווען עס זענען דעפארטירט געווארן כמעט די גאנצע אידישע געמיינדע פונעם לאנד צו די נאצישע טויט לאגערן. מאקעדאניע איז געווען א פראווינץ פון דער יאגוסלאוויער קעניגרייך ביים צווייטן וועלט קריג, ווען דייטשלאנד האט עס אקופירט, און די דייטשן האבן דארטן איבערגעגעבן קאנטראל פאר דער בולגאריער רעגירונג, וועלכע איז געווען אליאירט מיט די נאציס. העכער זיבן טויזנט אידן זענען אריינגעשטעלט געווארן אין געטאס אנהייב 943', און נישט לאנג דערויף זענען זיי דעפארטירט געווארן קיין טרעבלינקע, וואו זיי זענען אומגעקומען על קידוש ה'. די ספעציעלע צערעמאניע, זונטאג, איז פארגעקומען ביי א מאנומענט, וואס איז אראפגעשטעלט געווארן הארט נעבן די שינעס וועלכע זענען גענוצט געווארן צו דעפארטירן די מאקעדאניער אידן ביי דער קריג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל