דייטשלאנד – דער טרויעריג בארימטער נאצי, אסקאר גראנינג, וועלכער האט באקומען דעם צונאמען "דער בוכהאלטער פון אוישוויץ", איז געשטארבן זייענדיג 96 יאר אלט. גראנינג איז מיט א פאר חדשים צוריק פאראורטיילט געווארן צו דריי יאר טורמע, פאר זיין ראלע אינעם מארד פון 300,000 אידן אין אוישוויץ, איבער דעם וואס ער איז געווען באאויפטראגט צו האלטן חשבון אויף אלע חפצים וואס די נאציס ימ"ש האבן קאנפיסקירט פון די אידן בשעת'ן אנקומען אין אוישוויץ. גראנינג האט פרובירט צו באקעמפן זיין אורטייל, און פאריגע וואך איז נאך געווען באריכטעט אז זיינע לויערס ארבעטן אויף א לעצטן שאנס, אז א ריכטער זאל אויף אים רחמנות האבן צוליב זיין עלטער און שוואכן געזונט צושטאנד. גראנינג איז נעכטן געשטארבן, נאך איידער ער האט געקענט אנהייבן אויסדינען זיין טורמע אורטייל. כן יאבדו כל אויבך ה'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל