ניו יארק – די ניו יארק סיטי פארקס דעפארטמענט האט באשלאסן, אז זיי וועלן ווייטער לאזן עטליכע מאנהעטן ביימער מיט זייערע "סוועטערס". די אינטערעסאנטע געשטריקטע קאלירפולע דעקעס פאר די ביימער זענען אינסטאלירט געווארן דורך האלי באורדמען אינמיטן ווינטער, אויף עטליכע ביימער אינעם וועסט ווילעדזש געגנט וואו זי וואוינט, מיט'ן ציל צו פארשענערן די ביימער און די גאנצע געגנט. די פארקס דעפארטמענט האט עס געוואלט אראפנעמען, זאגנדיג אז דאס איז ארויפגעשטעלט געווארן דורך א פריוואטן מענטש אנע ערלויבעניש פון די באאמטע – אבער למעשה נאכ'ן הערן פון לאקאלע איינוואוינער אז זיי זענען זייער צופרידן מיט די סוועטערס אויף די ביימער, וויבאלד עס פארמערט באזוכער אין דער געגנט, און עס ברענגט פרישע געלטער פאר לאקאלע געשעפטן, האבן די באאמטע צוריקגעצויגן און די סוועטערס וועלן בלייבן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל