ארקענסא – נאך אביסל וועט זיין א רעאליטעט, אז צו קענען געניסן פונעם פעדעראלן מעדיקעיד פראגראם, וועט מען מוזן לעגאל האבן א געהעריגן דזשאב. די טראמפ אדמיניסטראציע האט פרובירט דורכצופירן אזא טויש אויפ'ן פעדעראלן שטאפל, אבער עס איז דערווייל דורכגעפאלן, האבן דעריבער עטליכע סטעיטס אליינס אונטערגענומען דעם איניציאטיוו, פארלאנגענדיג אז צו געניסן פון מעדיקעיד, מוז מען ארבעטן. נעכטן איז ארקענסא געווארן די דריטע סטעיט, נאך אינדיאנא און קענטאקי, צו באשטעטיגן אזא פארלאנג, און ספעציפיש זאגט עס אז צו באקומען מעדיקעיד בענעפיטן, וועט מען מוזן ארבעטן אמווייניגסטנס אכציג שטונדן פער מאנאט, און ווער עס פאלט דורך פאר דריי מאנאטן צוצושטעלן די מינימום ארבעטס-שטונדן, וועט ארויספאלן פון מעדיקעיד, און נישט קענען פריש אריינגעבן אן אפליקאציע דערפאר, ביז'ן אנהייבן פונעם קומענדיגן יאר.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל