שלאפן איז א עלעמענטארע געברויך פאר יעדע לעבעדיגע באשפעניש, און מיר מענשטן ברויכן יעדע נאכט צוריקגעבן דעם נשמה צו זיך אויפפרישן פיזיש און גייסטיש, אבער פאר פילע פון אונז קומט שלאפן נישט אן לייכט, אין א לעצטע אנקעטע האבן 35% ערוואקסענע אמעריקאנער באצייכנט זייער שלאף קוואליטעט אלס ״שוואך״ און אויסער דעם וואס גאר אסאך האבן פראבלעמען מיט איינשלאפן, טוען נאך מער זיך מוטשענען מיט שוואכע און לייכטע שלאף, און שטייען אויף מיד און אויסגעמוטשעט אנשטאט פריש און מונטער.

מיר פארברענגען ארום א דריטל פונעם לעבן מיט שלאפן, און ווייניג שלאף אדער שלעכטע שלאף קען האבן א שווערע עפעקט אויפ׳ן פיזישן און גייסטישן געזונט צושטאנד, און א גוטע נאכט שלאף קען האבן גאר א פאזיטיווע ווירקונג אויפ׳ן וואוילזיין פונעם מענטש. אינעם פאלגנדען נומער וועלן מיר ארומנעמען דעם נושא פון שלאפן, מיט עצות און אנווייזונגען פאר א בעסערע שלאף, און איבער די לעצטע אויסטרעפן פון די מעדיצינישע וועלט ארום דעם.
אינעם פאלגנדן אויסגאבע וועלן מיר פארזעצן איבער שלאפן טעכנאלאגיעס און אזוי אויך פארשידענע אינטרעסאנטע נושאים ארום שלאף און געזונט.

בילד

שלאפן טעכנאלאגיעס

טראץ וואס טעכנאלאגיע איז געווענליך די פיינט פון גוטע שלאף זענען פארהאן פארשידענע וועגן וויאזוי פארגעשריטענע טעכאנאלאגיע טוט העלפן פארשטיין שלאף, און קען העלפן ערייכן א גוטע און באלאנסירטע נאכט שלאף. אינעם יעצטיגן אויסגאבע וועלן מיר באהאנדלן וויאזוי שלאפן ארבייט, און וויאזוי מיר קענען איבעקלוגן דעם סיסטעם צו עררייכן א בעסערע און געזונטערע שלאף.

וויאזוי ארבייט שלאף? פאר׳ן אריינגיין אין טעכנאלאגיעס וועלכע קענען העלפן שלאפן, דארפן מיר פארשטיין וויאזוי שלאף ארבייטף און וואס שפילט זיך אפ אין אונזער מח ווען מיר ליגן אינעם געלעגער פארזונקען אין חלומות.

אונזער נאכט שלאף איז איינגעטיילט אין פאזעס, טיילן פון די שלאף איז רואיג און געלאסן און טיילן פון די שלאף זענען כאראקטעריזירט אלס ״אקטיווע שלאף״ אדער  ״שנעלע אויגן באוועגונג שלאף״
(REM-rapid eye movement)  אין דעם פאזע טוען די אויגן און אזוי אויך אנדערע נערוון זיך באוועגן שנעל, און די מח צעלן זענען אקטיוו.

ווען מען שלאפט איין קומט קודם א פאזע וואס נעמט ארום 5 מינוט, עס רופט זיך טראנזיציאנאלע שלאף, און עס איז גאר לייכט און מען קען זיך לייכט דערוועקן, אין דעם שטאפל טוען אלע מוסקלען און קערפער שטייטערהייט אריינזונקען אין א שלאף, און דאן הייבט זיך אן א צירקל פון פאזעס פון געווענליכע שלאף און REM שלאף, און יעדע פאזע נעמט פון 90 מינוט ביז 2 שטונדען.

די שטאפל פון rem ווען מיר האבן לעבהאפטיגע חלומות, די סארט שלאף פארנעמט ארום א פערטל פון די שלאף ביי ערוואקסענע [ביי יונגע קינדער קומט עס טיילמאל אן צו 80% פון די טאטאלע שלאף צייט). עס קומט עטליכע מאל דורכאויס די נאכט יעדעס מאל אין א צירקל פון ארום 90 מינוט ביז צוויי שעה, און זיי ווערן מער אינטענסיוו ביי יעדע רונדע, און די מערסט פיבערהאפטיגע פאזע קומט הארט פאר׳ן אויפשטיין.

אט די פאזע פון שלאף קען אידענטיפיצירט ווערן דורך דעם וואס די אויג אפלען רוקן זיך פיבערהאפטיג פון זייט צו זייט, און אזוי אויך דערקענט זיך עס אויף די אטעמען ריטם, קערפער טעמפארעטור און אפילו אויף די בלוט דרוק שטאפל, שלאף עקספערטן טוען דורך דעם אנאליזירן שלאף פראבלעמען און באנוצן זיך מיט פארשידענע טעכניקן צו רעגולירן דעם שלאף.

א געזונטע נאכט שלאף איז ווען די לעבהאפטיגע שטאפלן פון די שלאף קומען אין די צווייטע העלפט נאכט, נאנט צום אויפשטיין, און ווען זיי קומען אין א רעגולירטע וועג, דעריבער שלאף וואס ווערט איבערגעהאקט איז נישט בלויז ווייניגער שלאף נאר עס פארלירט פון איר קוואליטעט וויבאלד א וויכטיגע טייל פונעם שלאף איז צו אריבערגיין די פארשידענע פאזעס פון פאסיווע און אקטיווע שלאף.

די מינוט ווען מען וועקט זיך אויף קען טיילמאל האבן א שטארקע עפעקט דורכאויס דעם גאנצן טאג אויף די אויסגערוטקייט, אויב מען שטייט אויף ווען מען האלט אינמיטן די געווענליכע פאזע וועט מען געווענליך בלייבן אויסגעשעפט, דעריבער קען קלוגע טעכנאלאיגע העלפן זיך אויפוועקן ביי די ענדע פון א rem  פאזע פונעם שלאף.

בילד

״קלוגע מאטראצן״

וויזועלע טעכנאלאגיע איז איינס פון די פיינט פון א גוטע נאכט-שלאף, די ליכטיגע סקרינס און די דרוק וואס זי ברענגט אריין אין לעבן טוען רעדוצירן די קוואליטעט פונעם שלאף. אבער אזוי ווי אין אלגעמיין מיט טעכנאלאגיע איז אויך פארהאן איר גוטע חלקים, און פארשידענע לעצטערע טעכנאלאגיעס טוען העלפן עררייכן בעסער שלאף.

קלוגע מאטראצן - די פירמע אכט (EIGHT) פארמאגט א אויסוואלה פון פארשידענע סארט ״קלוגע״ מאטראצן, דאס זענען גאר באקוועמע מאטראצן וועלכע זענען אויסגעשטאט מיט ספעציעלע טעכנאלאגיע סיי צו העלפן מיט א באקוועמערע נאכט שלאף דורך רעגולירן די טעמפארעטור פונעם מאטראץ, און סיי מיט׳ן אנאליזירן דעם שלאף צו געבן א פארשטאנד ווען די שלאף איז געווען גוט און טיף און ווען זי איז געווען שוואך און לייכט.

דער מאטראץ טוט באאבאכטן לויט די קערפער באוועגונגען און קערפער טעמפארעטורן וויפיל פון די שטונדן אין בעט מען נוצט אייגטנליך אויס צום שלאפן, און וויפיל פון די צייט מען איז אויף, און אויך פון די נאכט שלאף אויב די שטאפלן און פאזעס פון שלאף זענען ריכטיג רעגולירט, און דאן שיקט עס אריבער די אינפארמאציע צו א ספעציעלע אפליקאציע וועלכע געט אנווייזונגען וויאזוי צו פארריכטן די שלאף פראבלעמען. עס קען אויך ווערן פארבינדען צו קלוגע היים סיסטעמען ווי גוגל און עמעזאן אלעקסא.

די פרייזן פאר אזעלכע מאטראצן הייבן זיך אן ביי ארום 600$ און גייען ביז ארום 1,500$, געוואנדן אין די גרויסקייט און אין די שטאפלן פון באקוועמליכקייט און פארגעשריטנקייט. מען קען עס באשטעלן אויף די וועבזייטל פון די פירמע EIGHT.


בילד

״שלאף אבזערווירער״

פאר ווער עס קען זיך נישט ערלויבן צו טוישן מאטראץ, איז אויך דא אן אפציע פון זיך אנטון אן ארעם-באנד אדער אוועקשטעלן אן אפאראט נעבן דאס בעט, די ארעם באנד טוט מעסטן די בלוט דרוק און טעמפארעטור פונעם קערפער דורכאויס דעם שלאף און פירט אריבער די אינפארמאציע צום טעלעפאן אדער קאמפיוטער,

דער אפאראט וואס מען לייגט נעבן בעט פארמאגט גאר סענסיטיווע סענסארס וועלכע דערשפירן יעדע לייכטע טויש אין אטעם ריטם אדער באוועגונגען און קענען דורך דעם אנאליזירן דעם שלאף און געבן יעדן אינדערפרי א פונקטליכע באריכט אויף די קוואליטעט פונעם שלאף.

די טעכנאלאגיעס קענען אויך העלפן אנטשיידן וואס איז די אידיאלע צימער טעמפאראטור וועלכע געט אייך דעם בעסטן נאכט שלאף, און פארשטייט זיך וועלע זענען די מערסט געאייגנטע שטונדן, און דאס מערסטע וויכטיג עס וועקט אייך אויף ביי די שטאפל ווען די שלאף וועט אייך געבן די מאקסימום וואכזאמקייט און ענערגיע דורכאויס דעם טאג.

דורך פארשטיין וויאזוי די נאכט שלאף ארבייט, און דורך וויסן וועלכע נעכט די שלאף קוואליטעט איז בעסער אדער שוואכער קען יעדער איינער זיך אויסשטעלן לויט דעם א סדר היום, באשטימען א שלאף שטונדע, אדער וויסן וועלכע געוואוינהייטן ברענגען בעסערע אדער שוואכערע שלאף, ווי צום ביישפיל עסן פאר׳ן שלאפן א.ד.ג. דעריבער טוען דאקטוירים און שלאף ספעציאליסטן פילע מאל רעקאמענדירן אויף די טעכנאלאגיעס.

(פארשטייט זיך אז יעדע באנוץ פון טעכנאלאגיע דארף אויך נעמען אין באטראכט די רוחניות׳דיגע אספעקטן און די הוראות פון גדולי הדור שליט״א).


בילד

נאכט לאמפ וואס העלפט איינשלאפן

טראץ וואס איינשלאפן ביינאכט איז עפעס וואס עס שיינט אז עס קומט נאטורליך, מען ״פאלט״ אריין אין א שלאף, אבער איינגטליך זענען דא פארשידענע טאקטיקן וואס קען העלפן איינשלאפן, אנגעהויבן מיט די פארצייטישע מיטלן וואס אונזערע מאמעס האבן אונז געלערט ווי טראכטן פון א בלויע ים אדער ציילן שעפעלעך, אבער לעצטערע שטודיעס צייגן אז דורך רעגולירן דעם אָטעם ריטם און קאנצטערירן דעם שטראם פון מחשבות קען מען ברענגען דעם קערפער צו איינשלאפן גאר שנעל.

טראץ וואס מיר זענען געוואוינט אז צו איינשלאפן דארף מען האלטן די אויגן פארמאכט צייגן שטודיעס אז האלטן די אויגן פארמאכט קען האבן א פארקערטע עפעקט, וויבאלד מען פרובירט צו ארויפצווינגן א שלאף, און אייגנטליך דורך ליגן רואיג און אטאמען מיט א רעגולירטע ריטם.

א פראנצויזישע פירמע האט אנטוויקלט א טעכנאלאיגע וואס העלפט ארויס מיט דעם, דאס קומט אין פארעם פון א נאכט לאמפ וועלכע פארמאגט א ״פראדשעקטאר״ וועלכע פארשיינט א לייכטע און רואיגע בלויע ליכט אויפ׳ן דאך וועלכע צייגט פארעמ׳ס וועלכע ווערן גרעסער און קלענער און העלפט צו אטאמען לויט א ריטם וועלכע העלפט צום איינשלאפן, די ווארימע ליכטיגקייט טוט גלייכצייטיג אויך היפנאטירן דעם מח, און בארואיגט די פלוס פון מחשבות וועלכע שטערט צום איינשלאפן.

די פירמע גאראנטירט אז אויב נוצט מען עס ריכטיג שלאפט מען איין ביז ארום אכט מינוט, און די פראדוקט ווערט גענוצט דורך איבער 100,000 צופרידענע קליענטן, די פירמע זאגט אז אין דורכשניט איז די צייט פון איינשלאפן געשניטן געווארן צו ארום א דריטל ביי די באנוצער, און א גרויס טייל פון זיי האבן א דאנק דעם אויפגעהערט נעמען שלאף מעדעצין. די נאכט לאמפ קען מען באשטעלן פאר בלויז 50$ ביי די פירמע DODOW אדער אויף עמעזאן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל