הונדערטער ניו יארקער איינוואוינער האבן מיטגעהאלטן לעבעדיג א דראמאטישע טראגעדיע, ווען א העליקאפטער מיט 5 רייזנדע האט נעכטן אריינגקראכט אינעם טייך ביים האדסאן ריווער נעבן דעם רוזעוועלט אינזל צווישן מאנהעטען און קווינס. בלויז דער פילאט האט באוויזן צו ארויסשפרינגען פונעם העליקאפטער ביים קראך און האט נאך עספיעט צו מעלדן פאר׳ן קאנטראל טורעם פונעם לע-גווארידע לופטפעלד אז זיין מאטאר האט אויפגעהערט ארבייטן און גערופן פאר הילף.
די רעטונג אגענטורן וועלכע זענען אנגעקומען צו די סצענע האבן געטראפן צוויי אומגעקומען און דריי אנדערע אין א קריטישן צושטאנד, אלע דריי זענען שפעטער אומגעקומען אין שפיטאל אדער אויפ׳ן וועג אהין. און בלויז דער פילאט האט איבערגעלעבט.
דער העליקאפטער איז געדונגען געווארן דורך א גרופע פון פאטאגראפירער וועלכע האבן געוואלט כאפן פאנאראמישע בילדער פון די הייעך, און ארום 7 אזייגער אוונט ווען זיי האבן געהאלטן ביים לאנדן האט דער פילאט פארלוירן קאנטראל אויפ׳ן העליקאפטער נאכדעם וואס דער מאטאר איז ארויס פון דינסט.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה