ווייסע הויז גרייט זיך צו פארעפנטליכן ״שלום פלאן״ צווישן מדינת ישראל און פאלעסטינער
קוועלער אין די טראמפ אדמינסטראציע זאגן פאר די ״ניו יארק טיימס״ אז די שלום פלאן אויף וועלכע די טראמפ אדמיניסטראציע ארבייט שוין עטליכע מאנאטן איז גרייט, און דער פרעזידענט גרייט זיך עס צו פארשטעלן פאר ביידע זייטן אין די קומענדיגע טעג.

די אדמינסטראציע פרובירט צו אויפקומען מיט א וועג אז די פאלעסטינער זאלן זיין גרייט צו אננעמען אמעריקע אלס פארמיטלער נאכדעם וואס אין די לעצטע מאנאטן האבן זיי נאכאנאנד געזאגט אז זיי זעען מער נישט אין אמעריקע א אומפארטייאישע פארהאנדלער נאך די טראמפ דעקלעראציע איבער ירושלים.

אזוי אויך אויף די אנדערע זייט פון די מאפע אין מדינת ישראל איז נישט די בעסטע צייט צו פארשטעלן א פלאן, נעמנדיג אין באטראכט אז דער פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו שטייט אויס קרימינאלע קלאגעס און די קאאליציע איז גאר וואקלדיג.

לויט די ניו יארק טיימס איז די שלום פלאן אנדערש ווי דאס וואס איז ביז יעצט פארגעלייגט געווארן דורך די אמעריקאנער אדמינסטראציעס, און עס גייט אריין אין די דעטאלן פונעם קאנפליקט און זוכט צו ברענגען א לעזונג דורך קאנצטערירן שריט ביי שריט אויף די פראבלעמען.

דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט געזאגט די וואך נאכ׳ן זיך טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ אז דער פרעזידענט האט אים גארנישט געזאגט איבער א שלום פלאן, און אז ער ווייסט נישט אויב די אדמיניסטראציע האט שוין גרייט א פלאן, פרעזידענט טראמפ האט אין די פארגאנגנהייט עטליכע מאל אויסגעלויבט זיין צוגאנג און געזאגט אז ער וועט פארשלאגן דעם ״אפמאך פונעם יארהונדערט״ פאר ביידע זייטן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל