פרעזידענט פוטין איז געקומען אונטער שטארקע קריטיק פון אידישע ארגאניזאציעס איבער זיינע באמערקונגען אז די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן איז נישט געווען קיין קאארדינירטע שריט, און אז ווער עס איז געשטאנען דערונטער זענען מעגליך ״אידן מיט רוסישע בירגערשאפט״ אדער אנדערע מינאריטעט גרופעס.
ער האט געמאכט די קאמנטארן דורכאויס אן אינטערוויו מיט׳ן אמעריקאנער דשורנאליסטקע מעיגאן קעלי, ווען זי האט אים געפרעגט איבער דעם וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט אנגעקלאגט 13 רוסישע בירגער אין סאבאטאזשירן די אמעריקאנער וואל סיסטעמען, ער האט געזאגט אז ״עס גייט מיך גאנץ ווייניג אן איבער די מענשטן, זיי פארטרעטן נישט די רוסישע רעגירונג, מעגליך זענען זיי אידן אדער אוקראינער אדער אנדערע מינאריטעטן וואס פארמאגן רוסישע בירגערשאפט״. און האט ווייטער געשפינט זיין קאנספיראציע אז ״מעגליך זענען זיי באצאלט געווארן פאר זייער ארבייט דורך אמעריקאנער״
די אנטי-דעפעמאציע ליגע האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי פארלאנגען פונעם רוסישן פרעזידענט א באלדיגע דערקלערונג איבער זיינע באמערקונגען, און זאגן אז די באמערקונגען זענען א ביישפיל פון קאנספיראציע טעראריעס ארויסגענומען פון די ״פראטאקאלן פון די זקני ציון״. אזוי אויך האבן אמעריקאנער סענאטארן און קאנגרעסלייט פארדאמט די באמערקונגען און גערופן פאר פרעזידענט טראמפ זיי צו פארדאמען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה