די ארגאניזאציע וואס געט זיך אפ מיט זאמלען דעטאלן און ציפערן איבער די בלוט באד אין סיריע ״די סירישער אבזערוואטארי פאר מענשטן רעכט״ האט ארויסגעגעבן היינט איר לעצטע דעטאלירטע באריכט איבער די אנגייענדע קריג אין סיריע, און לויט איר שאצונג זענען אין די לעצטע 7 יאר פונעם קריג אומגעקומען 511,000 סירישע בירגער.
צווישן די אומגעקומען זענען 85% ציווילע בירגער וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן דורך די אסאד רעזשים און די חיזבאלע קעמפער מיט די הילף פון די רוסישע און איראנער מיליטער, און בלויז אין די לעצטע דריי וואכן זענען 11,000 בירגער אומגעקומען אין די ראטע ראיאן נעבן דמשק, א געגענט אין וועלכע עס האלטן זיך אויף איבער 400,000 בירגער וואס זענען אין געפאר פון די נאכאנאנדיגע באמבאדירונגען.
די שלאכטן גייען יעצט אריין אין איר אכטע יאר, און דערווייל זעט זיך נישט אן קיין ענדע, און די סיטואציע איז נאך פילפאכיג פארארגערט געווארן מיט די פרישע אינוואזיע פון טערקיי אין צפון סיריע איבער די קורדישע אויטאנאמיע ווי עס האט געהערשט א רעלאטיווע רואיגקייט אין די לעצטע יארן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה