א פליגער מיט 71 פאסאדשירן און מאנשאפט האט אראפגעקראכט היינט אין קאטמאנדו, די הויפטשטאט פון נעפאל, ביים לאנדן אין די ארטיגע לופטפעלד. ארום 49 זענען אומגעקומען און די איבערלעבער ווערן באהאנדלט אין שפיטאל מיט שווערע וואונדן.

די פליגער וועלכע איז געקומען פון בענגלאדעש האט זיך אראפגעגליטשט פונעם ראנוועי און אריינגעקראכט אין א צוים און דאן געקראכט אויף דער ערד און ארויף אין פלאמען, און עס ווערט אויסגעפארשט די אורזאך פונעם קראך וועלכע בלייבט דערוויל אומקלאר.

צווישן די 22 איבערלעבער געפונען זיך רוב אין א קריטישן צושטאנד און ווערן באהאנדלט אין די ארטיגע שפיטעלער, די מערהייט פון די אומגעקומענע זענען נעפאלעזע און בענגאלישער בירגער, און אזוי אויך עטליכע כינעזער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל