נאסא און אייער נאמען אויף דער זון
פלארידע - די אמעריקאנער נאסא ספעיס אגענטור האט געמאלדן אן אינטערעסאנטן פראגראם, דורך וועלכע מענטשן וועלן האבן די געלעגנהייט אז זייער נאמען, ארויפגעשטעלט אויף א קאמפיוטער טשיפ, וועט פליען צו דער זון. נאסא פלאנירט אין נאענטן צוקונפט ארויפצושיקן דעם ״פארקער״ סאלאר מאשינקע, וועלכע וועט פארן די סאמע נענטסטע צו דער זון וואס איז דערווייל מעגליך, ביי אן ארט וואו עס איז 2,500 דעגרי פארנהייט הייס, און אויף דער ספעיס מאשינקע וועט זיך געפינען דער קאמפיוטער טשיפ מיט די נעמען פון אלע מענטשן וועלכע שרייבן זיך איין צו האבן די מאדנע און זעלטענע געלעגנהייט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל