סיאטעל - די יונייטעד עירליינס האט געמאלדן, אז אלע אירע איינגעשטעלטע וועלכע קומען אין באריר מיט קאסטומערס, וועלן זיין געצווינגען דורכצוגיין א ספעציעלע טרענירונג, זיך אויסצולערנען וויאזוי צו זיין פריינטליך, צוגענגליך און ווארעם מיט די קאסטומערס. די טרענירונג פארארדענונג קומט נאכדעם וואס יונייטעד האט געהאט עטליכע פארשעמנדע אינצידענטן, וואו אירע איינגעשטעלטע זענען ארויס פון די כלים און זיך אויפגעפירט אגרעסיוו, וועלן דעריבער יעצט די ארבעטער דארפן דורכגיין די טרענירונגען, וואס וועט דויערן 4 שטונדן.
הוסף רשומת תגובה