קובא – דאס לענדל קובא האט נעכטן גענומען א וויכטיגן טריט, אויף איר וועג צום טאג ווען עס וועט קומען אן ענדע צו דעם קאסטרא פאמיליע'ס קאנטראל אויף דער רעגירונג. דער יעצטיגער פרעזידענט ראאול קאסטרא – ברודער פונעם אריגינעלן קאמוניסטישן קובאנער פירער פידעל קאסטרא – האט שוין געזאגט אז ער וועט אפטרעטן אין אפאר מאנאטן ארום, און נעכטן זענען פארגעקומען פארטיי וואלן, וואו מען האט געשטימט אויף קאנדידאטן וועלכע זאלן קענען לויפן ביי די נאציאנאלע אלגעמיינע וואלן קומענדיגן אפריל, וואס דאן וועט א נייער פירער אריינגעשטעלט ווערן אין קראפט. ווי עס זעט יעצט אויס, וועט וויצע פרעזידענט מיגועל דיאז-קאנאל זיין דער נייער פירער, און ער האט נעכטן געזאגט אין א סטעיטמענט אז זיין רעגירונג וועט זיין מער אפן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל