כינע – די כינעזער "פיפעל'ס קאנגרעס" האט נעכטן אפיציעל געשטימט, צו אנולירן די "טוירם לימיטס" אויף כינעזער פרעזידענטן, וואס באדייט אז דער יעצטיגער פרעזידענט שי דזשינפינג קען פארבלייבן אין אמט אויף אייביג, אזוי לאנג ווי ער וועט יעדע זעקס יאר געווינען ווידערוויילונג. דער פלאן אפצושאפן די טוירם לימיטס, האט מען שוין געהערט מיט א וואך צוריק, און צווישן אנדערן האט עס דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ שטארק אויסגעלויבט, נאר נעכטן איז עס געווארן א רעאליטעט. דער שריט האט געברענגט קריטיק פון איבער דער וועלט, דורך אזעלכע וואס האבן געזאגט אז דזשינפינג שטעלט זיך אוועק צו זיין א לעבנסלענגליכער דיקטאטור.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל