גלה כבוד מישראל: יהדות החרדית באוויינט הסתלקות פון כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מוויזשניץ זצוק"ל

ניו יארק. – מיט מורא'דיגן טרויער און צער האט דאס יהדות החרדית איבער דער גארער וועלט אויפגענומען פארגאנגענעם ערב שבת קודש פרשת ויקרא-החודש די ביטערע נייעס, אז כלל ישראל האט פארלוירן דעם גברא רבא, זקן צדיקי הדור ושריד לדורות הקודמים, כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מוויזשניץ זי"ע, וואס איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים אין עלטער פון 96 יאר, נצחו אראלים את המצוקים, און די ריינע נשמה איז צוריק ארויף צום באשעפער, זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא.

דער וויזשניצער רבי זצ"ל האט אפגעשטאמט מגזע אראלים ותרשישים, צדיקי אמת וקדושי עליון דורי דורות, און מיט זיין געהויבענע הנהגה, תורה און קדושה, אפגעשפיגלט מיט זיך דעם ריח ניחוח פון צדיקים פון אמאל, כל ימיו איז דער רבי געווען אן עמוד האש וואס האט געפאדערט און געמאנט פארצייטישקייט, לויטערקייט, דביקות צו די פריערדיגע דורות, קדושת ישראל, מרבה זיין כבוד שמים, און איז געשטאנען פעלזן פעסט ווי א חומה פאר מלחמה לה', און זיכער צו מאכן אז ס'ווערן נישט נפרץ גדרות ישראל.

דער רבי זצ"ל, וועלכער האט געפירט זיין עדה קדושה אין עיר התורה והחסידות מאנסי, האט זוכה געווען אויפצושטעלן צענדליגער טויזנטער חסידים ותלמידים, וואס זענען צעשפרייט איבער דער גארער וועלט, און אין דער זעלבער צייט איז אויך געווען מצודתו פרוסה לכל בית ישראל, זייענדיג פון די מנהיגי ישראל, גודר גדר ועומד בפרץ, וואס האט באלויכטן די גאנצע וועלט און זיין השפעה האט געגרייכט צו אלע שיכטן און קרייזן פונעם חרדי'שן אידנטום. מיט'ן הסתלקות פון דעם צדיק וגדול, הורם נזר והוסרה העטרה, ווערט געשאפן א שרעקליכער חלל אין דער אידישער וועלט, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

בילד



תולדות ימי חייו

דער וויזשניצער רבי, כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק רבי מרדכי זצוק"ל, איז געבוירן ח"י תמוז תרפ"ב, אין גרויסווארדיין, ראמעניע, צו זיין פאטער כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ זצ"ל, בעל "אמרי חיים," און זיין מוטער הרבנית הצדיקת מרגליא ע"ה, בת כ"ק אדמו"ר רבי וועלוועלע מראחמיסטריווקא זצ"ל. זיין זיידע הרה"ק דער "אהבת ישראל" מוויזשניץ זצ"ל האט געהייסן אים א נאמען געבן 'מרדכי' נאך הרה"ק רבי מאטעלע טשערנאבילער זי"ע.

פון קינדווייז אן איז דער רבי שוין געווען בארימט אלס אויסטערלישער מתמיד, און מיט זיינע פעלזן-פעסטע פרינציפן אין שמירת התורה והמצוות, באגלייט מיט א הפלא'דיגן פרישות און קדושה וטהרה. ער איז נתחנך געווארן אין דער שטאט גרויסווארדיין, און פון יונגערהייט אן נתגדל געווארן אויפ'ן שויס פון זיין זיידן דער אהבת ישראל זי"ע, צו וועמען ער איז געווארן דבוק אויף אן אויסטערלישן פארנעם, נאכקוקנדיג אלע עובדות, מנהגים און פסקים פון זיין הייליגן זיידן, און עדי זיבולא בתרייתא גערעדט מיט מיט אויסטערלישע געגועים און מיט א מורא'דיגן קשר מיט אלע פעדימער פון זיין נשמה פונעם זיידן דער אהבת ישראל זי"ע.

אין שנת תש"ב איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון מרן רביה"ק בעל "ויואל משה" מסאטמאר זי"ע, וואו ער האט ארויסגעשיינט אלס זעלטענער מתמיד נפלא און עובד ה'. פון דעמאלט אן האט זיך אויך איינגעפעדימט א שטארקער קשר פונעם רבי'ן זצ"ל מיט'ן סאטמארער רבי'ן זי"ע, וואס האט אים אויסטערליש מכבד געווען מיט אן אהבה וחביבות באופן יוצא מן הכלל. דער רבי זצ"ל פלעגט שפעטער אויך קומען צו פארן ביי עטליכע געלעגנהייטן זיך מסתופף צו זיין בצל רביה"ק זי"ע אין סאטמאר, וואו ער האט ארויסגעשיינט מיט זיין אצילות'דיג געשטאלט און זוכה געווען צו געניסן מיותרת הכבוד.

שפעטער איז ער אריין לערנען אין דער ישיבה פון כ"ק הגה"ק בעל ויחי יוסף מפאפא זי"ע. אין די ביטערע קריגס-יארן איז זיין טאטע דער אמרי חיים ניצל געווארן מיט אלע קינדער בדרך נס. דער רבי זצ"ל איז ניצל געווארן קיין בוקארעסט, ראמעניע, י"ט אייר, א טאג נאך ל"ג בעומר, ווען ער פלעגט שפעטער יעדעס יאר פראווען א לחיים טיש לכבוד דער הצלה.

נאך דער קריג איז ער צוריק קיין גרויסווארדיין, וואו ער האט מרביץ תורה געווען פאר בחורים פליטים וועלכע האבן איבערגעלעבט דעם קריג, און אין זיי אריינגעבלאזן א פרישן חיות פון תורה און עבדות ה׳.

חודש סיון שנת תש״ה, זייענדיג אין בוקארעסט, האט דער רבי חתונה געהאט מיט הרבנית פיגא מלכה ע״ה, די טאכטער פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא זצ״ל. און נאכדעם וואס זי איז נפטר געווארן א קורצע צייט נאך דער חתונה, האט דער רבי זצ״ל חתונה געהאט מיט איר שוועסטער, הרבנית סימא מירל ע״ה, און מיט איר אויפגעשטעלט זיין בית נאמן בישראל אין דער שטאט דארנא, ראמעניע.

ווען זיין שווער דער סקווערער רבי האט פארלאזט דעם מיט בלוט-געווייקטן אייראפעישן באדן, האט דער רבי זיך אנגעשלאסן און אינאיינעם אפגערייזט קיין אמעריקע, וואו ער איז אנגעקומען גענוי מיט זיבעציג יאר צוריק, ער"ח ניסן תש"ח. באלד האט דער רבי אנגעהויבן דינען אלס רב פאר חסידי וויזניץ אין אמעריקע, צום ערשט אין בארא פארק, דערנאך אין וויליאמסבורג.

אין יענע יארן האט ער געוואוינט קעגנאיבער דאס הויז פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, פון וועם ער איז געווען א תלמיד וחסיד מובהק, און דעריבער איז ער געווען אן אפטער גאסט ביים רבי'ן אין שטוב, און צומאל אפילו פארברענגט גאנצע נעכט בעניני השקפה, וכמים הפנים אל פנים האט ער אויך גענאסן פון אן אויסטערלישע הערצה און חביבות פון רבי'ן זי"ע. דער וויזשניצער רבי זצ"ל האט אנגעהאלטן זיין התקשרות צו רביה"ק מסאטמאר זי"ע אלע יארן, מחזק געווען זיינע אלע פעולות און הדרכות, ועדי זיבולא בתרייתא איז ער געשטאנען מיט חיזוק און עידוד לימין להבחל"ח כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א און זיין עדה הק'.

אין שנת תשכ"ד, האט דער רבי באשלאסן צו פארלאזן די שטאט, זעענדיג אז ישיבת כרכים קשה, און ס'איז שווער מחנך צו זיין דורות אין שטאט. טראץ וואס ס'איז געווען ביטער שווער, און ס׳האט אויסגעזען ווי אן אוממעגליכע זאך, האט דער רבי זיך אויפגעהויבן מיט א גרופע משפחות פון חסידים און זיך געצויגן קיין מאנסי, אין אפסטעיט ניו יארק, און דארט געגרינדעט א נייע שכונה פאר חסידי וויזניץ. תמוז תשכ״ד איז אפיציעל באנייעט געווארן דאס נייע וויזשניצער שטעטל אין מאנסי.

ביז ווען זיין פאטער דער אמרי חיים זצ"ל האט נאך געלעבט, פלעגט דער רבי פארן יעדעס יאר קיין ארץ ישראל, און דארט געדאוונט פאר'ן עמוד און געדינט אלס בעל תוקע אום ראש השנה. נאך דער פטירה פונעם אמרי חיים זצ"ל, ט׳ ניסן תשל״ב, איז דער רבי אויפגענומען געווארן צו דינען על כס האדמו"רות - לצד אחיו כ״ק אדמו״ר הישועות משה זצ״ל, וועלכער האט געדינט אלס דער וויזניצער רבי אין ארץ ישראל, און איז נפטר געווארן מיט זעקס יאר צוריק - און זינט דאן האט דער רבי אנגעפירט זיין עדה קדושה, וועלכע איז מיט די יארן אויסגעשטיגן אלס איינע פון די שענסטע קהילות קדושות בישראל, מיט איר אייגנארטיגקייט אין חסידישקייט און ערליכקייט.

צדיק מה פעל

אין לויף פון די יארן איז דעם וויזשניצער רבי'נס הויף, על ישראל הדרתו אין מאנסי, פארוואנדלט געווארן אין אן אימפעריע, וואס האט זיך צעשפרייט מיט תלמידים וחסידים איבער דער גארער וועלט, און היינט ווערן – אונטער דער הדרכה פון די קינדער פון רבי'ן זצ"ל אין יעדן איינציגן ארט - דערצויגן צענדליגער טויזנטער תלמידים ותלמידות אין די מוסדות וויזניץ אומעטום, בדרך התורה והחסידות, אויף די יסודות וואס דער רבי האט אוועקגעשטעלט.


בילד
בילד פון וויזשניצער רבי'ן זצוק"ל גענומען מיט זיין הסכמה ביי דעם היסטארישן "כינוס כלל ישראל" מיט אלע רבנים ואדמו"רים וגדולי ישראל אין סיטיפיעלד ניו יארק קעגן טעכנאלאגיע


כל ימיו איז דער רבי געווען באוואוסט אלס ביישפיל מיט זיין התמדה בתורה, און ער האט געפאדערט קביעת עתים לתורה, מתקן געווען די "שעות צעטלעך", וואס די חסידים האבן געמוזט אריינברענגען צום רבי'ן און צייגן וויפיל שעה'ן זיי האבן געלערנט במשך דער וואך. אויך אויף די עלטערע יארן, ווען ס'איז אים שוין שווער געווען דאס זען, האט ער זיך געשטארקט ווי א לייב צו הארעווען אין תורה און לערנען ווי ווייט ס'איז נאר מעגליך געווען.

ספעציעל איז דער רבי געווען אויסגערופן מיט זיין פעסטע הנהגה, לענגאויס זיין גאנצן לעבן האט מען געוואוסט, אז לפניו חנף לא יבוא, עס עקזיסטירט נישט ביי אים קיין חנופה, ער איז אן עמוד אש וואס פאדערט תקנות וזהירות. דער וויזשניצער רבי איז געווען פון די גרעסטע לוחמים ביי פירצות נגד הדת, ער איז געשטאנען פעלזן-פעסט מיט זיין קנאת ה' ביי יעדער דבר שבקדושה, נישט צוגעלאזט קיין שום התחדשות, געפאדערט זיך צו קלאמערן צום אלטן וועג, און אליין איינגעפירט גדרים וסייגים, זיכער צו מאכן אז עס ברעכן זיך נישט אריין קיין נייע שטרעמונגען ביים אידנטום, ער האט נישט צוגעלאזט קיין שום נייע נגע און פירצה, און נאר געמאכט כסדר זיכער אז אלעס בלייבט אויפ'ן דרך המקובל, ווי אין דער אלטער היים.

ווען ס'האט זיך אריינגעריסן די סכנה פון די טעכנאלאגישע כלים, מיט'ן אינטערנעט און די סמארטפאונס, איז דער רבי זצ"ל געווען פון די מנהיגי ישראל וואס האט זיך גלייך ארויסגעשטעלט בראש המחנה און געביטערט אויף דעם גרויסן חורבן פון טעכנאלאגיע. דער רבי האט אויך געהייסן יעדן גיין צום היסטארישן גרויסן "כינוס כלל ישראל״ אין סיטיפיעלד, ניו יארק, וואו צענדליגער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך צונויפגעקומען איינצופירן תקנות אויף לדורות קעגן טעכנאלאגיע, און דער רבי אליין, צוליב דער וויכטיקייט פון דעם עת לעשות לה׳, איז אויך געפארן זיך משתתף זיין פערזענליך ביי יענעם היסטארישן כינוס, מיט מסירת נפש, טראץ חולשת גופו הטהור, און כאטש מ'האט דארט אפיציעל גענומען בילדער, און איינע פון די באקאנטע קפידות פון רבי'ן איז געווען כל ימיו מ'זאל נישט נעמען פון אים קיין "בילד", האט דער רבי אבער יענצמאל פארקוקט פונעם פרינציפ, מיט'ן איינעם הייליגן ציל מחזק צו זיין דעם מורא'דיגן קאמף פונעם יהדות החרדית קעגן טעכנאלאגישע כלי משחיתים.

אין די לעצטע יארן איז דער רבי געווארן שטארק אפגעשוואכט, אבער ער איז ווייטער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש, געפראוועט די תפילות און טישן יעדן שבת, יום טוב און יומי דפגרא, און אויפגענומען די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, וועלכע האבן געשטראמט פון איבער דער גארער וועלט קיין מאנסי, וועלנדיג באקומען ברכת הקודש פון דעם צדיק אמת.

אין די לעצטע חדשים איז דער מצב הבריאות געווארן זייער שווער, דער רבי איז יעדע שטיק צייט אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, און אומעטום האט כלל ישראל מתפלל געווען, לקיים בנו חכמי ישראל, דער באשעפער זאל אפשוינען דעם דור, אפשאפן די שלעכטע גזירה, און און מרן מרדכי בן מרגליא זאל האבן א רפואה שלימה. אפט האט טאקע אויסגעזען ווי ס'קומט אריין א געוויסע פארבעסערונג, אבער ליידער האט דער רבי שפעטער פריש געמוזט גיין אין שפיטאל, דער מצב איז נאר געווארן ערגער, ספעציעל אין די לעצטע דריי וואכן, ווען ס'האט זיך דראסטיש פארערגערט.

פארגאנגענעם דאנערשטאג, ער"ח ניסן מוקדם, איז פארגעקומען א יום תפילה והתעוררות צווישן חסידי וויזניץ איבער דער גאנצער וועלט, אבער ס'איז שוין געווען פארזיגלט די גזירה, און פרייטאג, נאענט צו 9 אזייגער אינדערפרי, ערב שבת קודש ויקרא-החודש, איז דער רבי זצ"ל נסתלק געווארן לגנזי מרומים נאכ'ן זאגן פסוקי יחוד מיט די בני משפחה, נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון הקודש.

צענדליגער טויזנטער ביי דער לויה אין מאנסי

בילד
דער לויה אין מאנסי

ווי נאר ס'האט זיך פארשפרייט די ביטערע בשורה פונעם הסתלקות פון רבי'ן זצ"ל, האט מען אראפגענומען דעם "פרוכת" אין די וויזשניצער בתי מדרשים, און פון איבעראל האט מען זיך אנגעהויבן גרייטן צו דער לויה. פון אלע ישובים אין ניו יארק אין ניו דזשערזי האבן צענדליגער טויזנטער אידן זיך גענומען מאכן אראנזשירונגען צו קענען פארן קיין מאנסי זיין אנוועזנד באשכבתיה דרבי און באגלייטן דעם רבי'ן למנוחת עולמים.

עסקנים האבן מיט דער הילף פון די ניו יארק סטעיט פאליציי, לאקאלע פאליציי דעפארטמענטס לענגאויס ראקלענד קאונטי, און אנדערע פאליטישאנס און רעגירונגס-אינסטאנצן, זיך אריינגעווארפן צו פארזיכערן אז די לוי׳ ווערט דורכגעפירט אויפן מערסט-פארזיכערטן פארנעם, צו אקאמאדירן די פילע צענדליגער טויזנטער וואס גייען פארפלייצן די מאנסיער גאסן. מ'האט ספעציעל צוגעגרייט די ריזיגע פארקינג-לאט פון "ראקלענד בולדערס" פאר אלע קארס, און פון דארט האט מען צוגעשטעלט באסעס צו פירן דעם עולם צו דער לוי'. אין מאנסי זענען אלע גאסן פון מעיפל עוו. דורכאויס גאנץ 306 ביז צום בית החיים געווען פארשלאסן פון פארקער. מ'האט געטון אלסדינג צו קענען ארגאניזירן די לוי' די שנעלסטע וואס איז שייך, וויסנדיג אז ס'איז "ערב שבת קודש", און מ'קען נישט צו פיל מאריך זיין.

פילע מוסדות התורה האבן אהיימגעשיקט די קינדער פריער ווי געווענליך, אויך האבן פילע געשעפטן און ביזנעסלייט אפגעשטעלט די געשעפטן און פאבריקן, כדי צו קענען געבן די מעגליכקייט פאר יעדן צו נעמען אנטייל אין דער לוי' פון דעם גרויסן צדיק. על פי צוואתו האט מען פארטיילט פאר אלע אברכים פון די כוללים 72 דאלאר.

אין ביהמ״ד הגדול דחסידי וויזניץ אין מאנסי האט מען פרי נאכמיטאג אריינגעפירט די מטה, נאכדעם איז מען געגאנגען מאכן די טהרה, און שפעטער צוריקגעברענגט דעם ארון אין בית המדרש. אינצווישן האבן זיך פארזאמלט צענדליגער טויזנטער אידן, אדמורי״ם ורבנים, ראשי ישיבות, זקנים, בעלי בתים, אברכים, אנשים נשים וטף, וואס האבן פארפלייצט דעם ביהמ"ד, אלע שטאקן, און אלע גאסן און הויפן ארום - אין ביהמ"ד האט מען דורכגעפירט הקפות, מ'׳האט נישט געהאלטן קיין הספדים כמנהג וויזניץ, נאר דער דיין הגאון רבי אברהם ניסן ניימאן שליט"א האט אויסגערופן אז אין שנת תשע"ג האט דער רבי געבעטן, אז ערוואקסענע זאלן יעדן טאג לערנען נאך אים א בלאט גמרא לעילוי נשמתו, און קינדער זאלן לערנען משניות. נאכדעם האבן די בני משפחה געריסן קריעה, און בנו הגה"צ רבי אליעזר וואלף שליט"א האט געבעטן מחילה בשם אלע וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט די עניני רפואה במשך די יארן.

אויך די פילע טויזנטער וויזשניצער חסידים האבן זיך געריסן קריעה, און מיט א צעבראכן הארץ און יאמערליכע בכיות ארויסבאגלייט דעם ארון פון ביהמ"ד, עס פירנדיג לענגאויס דעם גאנצן וועג פון 306 ביז צו מקום מנוחתו אינעם וויזשניצער בית החיים אין מאנסי. אלע גאסן ארום זענען געווען שווארץ פון די צענדליגער טויזנטער פון אלע שיכטן און קרייזן, און אין גאר א שפעטע שעה איז דער רבי געקומען לקבורה אינעם אוהל אין וויזניצער בית החיים, נעבן קבר פון בנו הגדול הגה״צ רבי פנחס שלום האגער זצ״ל, וועלכער איז נפטר געווארן מיט עטליכע יאר צוריק.

די צענדליגער טויזנטער פון גרעיטער ניו יארק זענען באלד גלייך געלאפן כאפן א וועג צוריק אהיים, אנדערע האבן שוין נישט עספייעט אהיימצופארן און זענען פארבליבן אין מאנסי אויף שבת. במשך פונעם פרייטאג און שבת האט מען איבעראל ביים חרדישן אידנטום איבערגעשמועסט דברי תורה, עובדות, הנהגות, סיפורים, ודרכי ההנהגה פונעם גרויסן נפטר מרן הגה"ק מוויזשניץ זצוק"ל.

דאס הסתלקות לאזט א שרעקליכן חלל אין הארץ פון כלל ישראל, באזונדער פאר די קרובים אל החלל, די צענדליגער טויזנטער וויזשניצער חסידים אין דער גארער וועלט, וואס באוויינען דעם גרויסן בראך, וואס ס'איז אוועקגעריסן געווארן דער קרוין פון זייער קאפ, זייער רבי און מנהיג וואס האט זיי געפירט אזויפיל יארן מיט אזא פאטערליכע ליבשאפט, און אנגעוויזן אויף טריט און שריט כדת מה לעשות, לדעת את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון, און זיי געהאדעוועט מיט מסירות נפש זיין גאנצן לעבן.

דער רבי זצ״ל האט איבערגעלאזט זיינע חשוב׳ע קינדער, ממלאי מקומו באדמו"רות: הגה"צ רבי ישראל, אבד"ק וויזשניץ מאנסי; הגה"צ רבי מנחם מענדל, אבד"ק וויזשניץ קייאמישע לעיק; הגה"צ רבי יצחק יוחנן, אבד"ק וויזשניץ וויליאמסבורג; הגה"צ רבי אליעזר זאב, אבד"ק וויזשניץ ירושלים; הגה"צ רבי דוד, אבד"ק וויזשניץ לאנדאן; הגה"צ רבי אהרן, אבד"ק וויזשניץ מאנטרעאל; הגה"צ רבי ברוך שמשון שליט"א אבד"ק וויזשניץ בית שמש ובני ברק. דער עלטסטער זון הגה"צ רבי פנחס שלום זצ"ל, אבד"ק וויזשניץ בארא פארק, איז נפטר געווארן עטליכע יאר צוריק.

די איידעמער פון רבי'ן זענען: הגה"צ רבי אברהם דוב טווערסקי שליט"א, אבד"ק ראחמיסטריווקא במאנסי, הגה"צ רבי ישראל אליעזר פיש שליט"א האדמו"ר מביקסאד אין וויליאמסבורג, הגה"צ רבי יוסף בנציון ראטענבערג, אבד"ק קאסאן בב.פ.; הגה"צ רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק מרן אדמו"ר מסקווירא שליט"א; הגה"צ רבי יצחק יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט"א, אבד"ק שאץ במאנסי, און הגה"צ רבי נחמן יוסף טווערסקי שליט"א.

די קינדער, כקש"ת מרנן האדמו"רים שליט"א, וואס וועלן ממשיך זיין צו פירן ווייטער די פראכטפולע קהילות קדושות פון חסידי וויזשניץ איבער דער גארער וועלט, האבן דעם ערשטן שבת געפראוועט אינאיינעם מיט די טויזנטער חסידים אין מאנסי, און עס האט אריינגעבלאזן א שטיקל טרייסט און האפענונג אין די הערצער פון די טויזנטער חסידים פאר'ן עתיד ממשיך צו זיין על פי דרכו בקודש ומשנתו הטהורה פון רבי'ן זצוק"ל.

ויה"ר דער רבי זצ"ל זאל זיין א מליץ יושר פאר אידישע קינדער געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב בכלל ובפרט, ביז מ'וועט זוכה זיין צום הקיצו וירננו שוכני עפר בביאת הגואל במהרה.

ווי איז דאס געשעהן?
זעה Monsey, NY, USA אויף גוגל מעפס

אלע לעבעלס

א בליק א שמייכל אבאמאקעיר אבדול פאטאח על-סיסי אבדולא יאמין אביגדור ליבערמאן אברהם מרדכי מלאך אגודת ישראל אגריקולטור אדאלף היטלער אהייא אהרן בנציון ווידער או. דזשי. בי. עי או.דזשעי. פּעק או.יו. אובער אוגאנדע אודיא אודע לאנדבאוער אוהורו קעניאטא אוויאציע אוזבעקיסטאן אוטיזם אויסטראליע אומאן אומאר על-ראזאז אונגארן אוקראינע אוראגוויי אורין העטש אושען אינפיניטי אזיע אזערבידזשאן אי.יו. אי.סי.בי. אי.פי.עי. איאטאלא כומעיני איבעי איבערוואג אידישע הויפן איוואנקע טראמפ איטאליע איטסונארי אנאדערא איי.אר.עס. אייאווע איידעהא אייווארי קאוסט אייסיס אייסלאנד אייק קאוועלאדזשע אייקיע אייראפע איירלאנד אילינאי אילעין טשאו אימיגראציע אימעילגעיט אימעילגעיט 2.0 אימפיטשטמענט אינדאנעזיע אינדיאנא אינדיע אינדיען פוינט אינטעל אינטערוויא אינטערנאַציאָנאַל אינטערנאציאנאלן ספעיס סטאנציע אינטערנעט אינטערפאל אינסטעגראם אינפראסטרוקטור איסט ריווער איסלאמישע דזשיהאד איראן איראק איתמר גינצבורג אכמעד ראכאמי אכסאן איקבאל אל-על אלאבאמא אלאסקע אלאסקע עירליינס אלבאניע אלבערטא ניסמאן אלבערטא פודשימארי אלדזשיריע אלט-רייט אלטערנעיט סייד פארקינג אלי לארידזשאני אליבאבא אלידזשיענט עיר אליווער נארט אלכסנדר אקאסטא אלען דערשאוויץ אלעקס אזאר אלעקס דזשאונס אלעקס וואן דער זעוואן אלעקסאנדער דאונער אלעקסיי נעוואלני אלעקסיס ציפראס אלערגיע אמאן אמנעסטי אינטערנאציאנאל אמעריקע אמעריקען עירליינס אנאטאלי אנטאנאו אנאליז אנגאלע אנגעלע מערקעל אנדרעי דודא אנטאני סקאראמוטשי אנטאניא גוטערעז אנטאניא לעדעזמא אנטי-טראסט אנטיסעמעטיזם אנטיפא אנקעטע אסאסיעטעד פרעס אסטמא אסקאר לאפּעז ריווערא אפגאניסטאן אפסטעיט נ.י. אפעק אפקויפן און פאראייניגונג אפרים הערשקאוויטש אפרים שעהר אפריקע אקאיעד אולא אקלעהאמע אר.טי. אר.סי.סי.עס. אראס אגאלאראוו ארגענטינע ארטיפישעל אינטעלידזשענס ארי ווייזער אריזאנע אריטריע ארכעאלאגייע ארמעניע ארעגאן ארץ ישראל ארקענסא אשראף גאני באב מענענדעז באב קאורקער באבוב באהאמעס באו דיטעל באואינג באכראין באליוויע באליסטישע וואפן באמבארדיער באן קי-מון באנגלאדעש באנק אוו אמעריקע באנקראט באסטאן גלאוב באסניע באצאלטע אנאנס באקא האראם באקסד.קאם בארא פארק באראק אבאמא בארבארא אנדערוואוד באריס דזשאנסאן באשאר אל-אסאד באשעפעניש רעכט בודזשעט בולגאריע בזק בי-1-בי בי-ענד-עידזש בי.בי.סי. בי.עם.דאבעליו בי.פי. ביאלאגישע וואפן ביבי נתניהו ביטקוינס ביל געיטס ביל דעבלאזיא ביל לארקין ביל קלינטאן ביל קעסידי בילדער בינגאו בלו ארידזשין בלוטיגע שיסעריי בלומינג גראוו בלומינגבורג בלעקוואטער בעל התניא בעלארוס בעלגיע בעלזא בען סאס בען קארדין בען קארסן בענגלאדעש בעסט ביי בערל לאזאר בערני סענדערס בערקשייער בראזיל בראנקס בראק לאנג ברוך גארין ברוך דיין האמת ברוס ראונער ברוק ברוקלין ברידזשגעיט בריטיש עירוועיס ברייטבארט ניוז ברייען קאלב ברייען קעמפ ברייען ראסס ברייען שאטז ברית מילה ברסלב ברעד לענדער ברעד פארסקעיל ברעט קעווענאו ברעיקינג ניוז ברעקזיט גאו דעדי גאלדמאן סאקס גאן קאנטראל גאסט עדיטאריאל גואטאמאלא גואם גוגל גוואנטאנאמע בעי גולן בערג גור גורביר גרעוואל גזירת גיוס גייקא גמליאל כ"ץ געזונט געזעץ געזעץ ענפארסמענט געמבלינג גערי דוד קאהן געריכט גראפיטי גרוזיע גריכלאנד גרינע פארטיי גרעב גרעג עבאט דאוג דוסי דאוג דזשאונס דאמיניק ראפּיני דאמיניקען רעפובליק דאן מעקגעהן דאנא ברעזיל דאנא רארבאכער דאנעלד טאסק דאנעלד טראמפ דאנעלד טראמפ דזשוניער דאנקין דאונאטס דאקומענטן דוב הייקינד דוד בירנבוים דוד גרינפעלד דוד הערש מאנדל דוד וואנונו דוד פריעדמאן דוישטע באנק דזשאבס דזשאו ארפעא דזשאו בארטאן דזשאו ביידען דזשאו לאוטע דזשאו ליבערמאן דזשאו מענשין דזשאול דזשיאמברא דזשאוסעף פערקאוקאו דזשאן באלטאן דזשאן בוראסאו דזשאן ברענען דזשאן דאוד דזשאן טאורי דזשאן טעילאר דזשאן טעסטער דזשאן מעקעין דזשאן עף. קענעדי דזשאן פאדעסטא דזשאן קאנינגהעם דזשאן קאניערס דזשאן קארנין דזשאן קעלי דזשאן קעסיק דזשאן קערי דזשאנאטאן פאלארד דזשאנסאן-און-דזשאנסאן דזשאסטין טרודא דזשארדזש דאבעליו בוש דזשארדזש לעטימאר דזשארדזש סאראס דזשארדזש עידזש.דאבעליו. בוש דזשארדזש פאפאדאפולוס דזשארדזשיע דזשומאן וויליאמס דזשי-20 דזשי-7 דזשי.אי. דזשיבוטי דזשיל סטיין דזשים אקאסטא דזשים בריידענסטין דזשים דזשארדען דזשים דזשוסטיס דזשימי מאראלעס דזשימי קארטער דזשינע העספעל דזשעב הענסערלינג דזשעט עירוועיס דזשעט-בלו דזשעי אינסלי דזשעי סעקולא דזשעי.פי.מארגען טשעיס דזשעימס אינהאף דזשעימס אניעל דזשעימס וואוסלי דזשעימס פיעלדס דזשעימס קלעפער דזשעיסאן שעיפעץ דזשעיקאב זומא דזשענעט יעללען דזשענעראל מאטארס דזשעף בעזאס דזשעף מערקלי דזשעף סעשאנס דזשעף פלעיק דזשעפערי לארד דזשעפרי בערמאן דזשעקי ספּייער דזשעראד קושנער דזשעראום פאועל דזשערי בראון דזשערי נאדלער דזשערסי סיטי דזשערעמי קארבין די פיליפינען די פעד די צייטונג די.עיטש.על די.ען.עי. דייטשלאנד דייעביטיס דייעט דייען פיינסטיין דין תורה דינא דינע פאועל דיסקרימינאציע דיען העללער דיען סקעלאס דיפלאמאטיע דיק דורבין דירות דירעגולאציע דניאל העקסטער דעב פישער דעבאטע דעוויד אורבען דעוויד איגעי דעוויד דיוק דעוויד יאנסי דעוויד שאלקין דעווין נונעז דעווין פעטריק קעלי דעיוו רייטשערד דעיוויד אייק דעיוויד סיסיליען דעיוויד קאוטער דעיוויד קאטש דעיוויד קלארק דעלאוועיר דעלטא דעלטשי ראדריגעז דעמאקראטישע פארטיי דעמיטרי מעדוועדעוו דעמיטריאס פאגורטסיז דען דאנאווען דען קאוטס דעניעל אורטעגא דעניעל נייגרא דענמארק דער בלאט דער בליץ דער וועקער דער יוד דער שטערן דעראל אייסא דר. רפאל דראגס דראון דרום אפריקע דרום דעקאטע דרום סודאן דרום קאראליינע דרום קארעא דשאן פרילי דשואיש אמעריקען העריטעדש מאנאט דשעימס מעטטיס דשעימס קאומי דשעיסאן גרינבלאט דשערי-מענדערינג האוואאי האוזינג האום דיפאו האומלענד סעקיוריטי האוערד שולץ האופ היקס האיטי האלאנד האלאקאוסט האמזא אסאמא בין לאדין האנג קאנג האנדא האנדוראס האנדל האנדל דעפיציט האני מאליקי האניוועל האפינגטאן פאוסט האקים דזשעפריס האריקעין אירמא האריקעין האזעי האריקעין הארווי האריקעין לעין האריקעין מאריא האריקעין סענדי האריקעין פלארענס הארמוז הדס גאלדפארב הואן קארלאס ווארעלא הוליא בארגעז הומא אבאדין הונגער היידאר על אבאדי היידראזשין באמבע היימלאז הייפערלופ הילערי קלינטאן היסטאריע הלכה העלט קעיר הענריקע פענע ניעטע העק הערטז הערי ווילסאן העשי טישלער השגחה פרטיות וואו עיר וואודי דזשאנסאן וואולקאן וואטסעפפ וואל סטריט דזשורנאל וואל סטריט מארקעט וואלגרינס וואלד פייער וואלווא וואלוטע וואלטער שאוב וואלמארט וואלן וואלקסוואגאן וואנג איע וואפן האנדל וואצעפפ וואקסין ווארען באפעט וואשינגטאן די.סי. וואשינגטאן סטעיט וואשינגטאן פאוסט ווידא ווידעא וויזא וויזניץ וויי.פי.זשי. ווייאמינג ווייסע עקסטרעמיזם ווילבאור ראסס וויליאם ברעדפארד וויליאמסבורג וויסנשאפט וויסקאנסין וויעטנאם וויקטאר אורבאן וויקיליעקס וויקיפידיע ווירדזשין אטלאנטיק ווירדזשין איילענד ווירדזשיניע ווירטואלע רעאליטעט וולאדימיר פוטין וועטער וועטעראנען וועטערבאריכט וועיז וועימא וועלט האנדלס ארגאניזאציע וועלס פארגא ווענעזועלע ווענעטא וועסט נייל וויירוס וועסטשעסטער קאונטי ווערייזאן ווערמאנט ווערעזאנא בריק זאונינג זי.טי.אי. זימבאבווע זיקא וויירוס זעלבסט-דרייוונדיגע קארס זעלבסשטענדיגקייט זעליאז אנדריוו זקני ציון פראטאקאלן זשוליאן אסאנדזש זשורנאליזם חבד חברה הצלה חיזבאלע חיים דוד צוויבל חיים דייטש חילול השם חינוך חנוכה חסד חסידות חתם סופר טאון אוו פאלם טרי טאוני בלעיר טאוני האוואטער טאזשיקסטאן טאיאטע טאליבאן טאם גערעט טאם וואולף טאם טיליס טאם מארינאו טאם סטייער טאם פרייס טאם קאטאן טאם קארפער טאם שענאן טאמעס ברונעל טאמעס דינאפאלי טאמעס לאופעז פּיער טאנזאניע טאני שאריס טאפאן-זי בריק טארא קאונאו טארגעט טוויטער טויט שטראף טויס.אר.אס טוניזיע טוריזם טורקמעניסטאן טי.מאביל טי.עס.עי. טי.פי.פי. טייוואן טיילאנד טיים מאגאזין טים דרעיפער טים מורפי טים רייען טינא סמיט טעאדאר אלסאן טעד קרוז טעכנאלאגיע טעלעגראם טעלעמארקעטינג טעלעקאמיוניקאציע טענעסי טעסלא טעקסאס טעראר טעריסא מעי טערקיי טראגעדיע טראוועל טראמפ אינטערנאציאנאלע האטעל טראמפ טורעם טראמפ פאנדעישאן טראמפ-רוסלאנד סקאנדאל טראמפקעיר טראנספארטאציע טראנספלענט טראנקריפט טרעי גאודי טרעיאן ווייט טרעפיק באריכט טשאד טשאי אינגווען טשאק גרעסלי טשאק שומער טשארלי בעיקער טשארלי דענט טשארלס קאטש טשילע טשעטשניע טשעכיי יאהו יאווערי מוסאוויני יאן סטאלטענבערג יאפאן יאפפעד יארגעי מאסאן יהודה גרין יו-טוב יו.עס. ארמיי יו.עס. מעיל יו.עס. נעווי יו.עס. עיר פארס יו.עס. פאוסטעל סערוויסעס יו.עס. קאוסט גארד יו.עף.או. יו.פי.עס. יואל אשר לאבין יואל זילבער יוטא יולעט פעקערד יום העצמאות יום כיפור יונה כהן יוני הייקינד יוניאנס יונייטעד מאנרא יונייטעד נעישאנס יונייטעד עירליינס יוסאף טשאהאד יוסטיץ דעפארטמענט יוסי געשטעטנער יורא יעדאניס ראדריגאז יעוועטע קלארק יעקב ליצמאן יעקב משה גאנץ יצחק אולמאן ירדן ירושלים ירושלים אנערקענונג ישי שאלאמאן ישראל בער שטיין ישראל היום ישראל כץ כאמאס כאסאן רוכאני כאסני מובאראק כואן ארלאנדא הערנענדעז כותל המערבי כינע כעמישע וואפן כפרות כפת ברזל‎ כשרות לאאס לאורע אינגרעם לאטארי לאטוויע לאמאר אלעקסאנדער לאמבארדי לאנג איילענד לאנדאן לאס אנדזשעלעס לאקהיד מארטין לבנון לג בעומר להתחזק לואיזיאנא לואיס סעפולוועדא לואיס פאראקאן לואיס פערדינאנד דעסטאושעס לוטער סטרענדזש לוי מאיער לוי סענדערס לופטהאנזא לוקסעמבורג לי הארווי אסוואלד ליאפאלדע לאפעז ליביע ליו בארלעטא ליזשיאנעירס ליטע ליטעראטור לייוו לינדזי גרעהעם לינק'ד-אין ליסע מורקאוסקי ליענדרא ענגליש ליפט ליקוי חמה תשע"ז לעבנסשטייגער לעגאלענד לעטישע דזשעימס לעיקוואד לעפטאפ פארבאט לערי קאדלאו מאד-סליידס מאדנע מאהאטיר מוכאמעד מאונט סיני העלט סיסטעם מאטעאס מאראוויטסקי מאיר בן-שבת מאיר לאבין מאכמוד אכמעדינעזשאד מאלאזיע מאלדיוואס מאלטא מאלי מאליסא מארק וויוועריטא מאלקאלם טורנבאל מאמענט מאגאזין מאן דזשי-אין מאנהעטן מאנופעקטשורינג מאנטענא מאנטענעגרא מאנטריאל מאניועל לאופעז אובראדור מאניס שעהר מאנסי מאסאטשוסעטס מאסוד בארזאני מאפע מאקסין וואטערס מאקעדאניע מאראטאן מאראקא מארגען סטענלי מארטי וואלש מארטין שולץ מארטין שקרעלי מאריאנא ראזשאוי מארין לא-פען מארק ווארנער מארק זאקערבערג מארק לעווין מארק מעדאוס מארק קארעלא מארקא רוביא מארשאל איילענדס מוזיק מוטה פראנק מוכאמאד אבאס מוכאמעד בין סאלמאן מוכאמעד זשאוואד זאריף מוכאמעד מורסי מוכאמעד נאאור מון דזשי-אין מוסד אמרי שפר מוסלעמענער מוסר מוקטאדא על-סאדר מורסא מזל טוב מיאמי מיאנמאר מיגועל דיאז-קאנאל מידיא ליעקס מיזורי מיט ראמני מיטל מזרח מיטש מעקאנעל מייק דובקע מייק לי מייק פאמפעיא מייק פענס מייק ראדזשערס מייקל בלומבערג מייקל גרים מייקל האראוויץ מייקל כהן מייקל סאסמאן מייקל פלין מייקראסאפט מיכאאיל סאקאשווילי מיליטער מינעסאטע מיסיסיפי מיק מולוועיני מירון מישאל אואון מישאל טעמער מישיגען מישעל באומען מנשה ישראל רייזמאַן מעדיקעיד מעדעצין מעוולאט קאוואסוגלא מעט בעווין מעט גאועטז מעט-לייף מעטיו היימבאך מעטעאס מאראוויצקי מעין מעיסיס מעלאניע טראמפ מענטל העלט מענטשן רעכט מענינדזשייטיס מעקסיקא מעקסיקאנער וואנט מערב ווירדזשיניע מערילאנד מעריסט מעריק מעשיות מקומות הקדושים משה דוד נידערמאן משה נחום קרויס משה רוטברג נ.י. אסעמבלי נ.י. נ.דזש. פארט אויטאריטי נ.י. סיטי קאונסיל נ.י. סענאט נ.י. פּרעסביטעריען נאווארטיס נאטא נאטאלי וועסעלניטסקאיא נאסא נאפטא נאקיע נארוועגיע נארטוועסט עירליינס נוארק נוקלעארע וואפן ניאגרא פאללס נידיא וועלאסקועז ניו דזשערסי ניו העמפשער ניו זילאנד ניו יארק טיימס ניו יארק סטעיט ניו יארק סיטי ניו יארק פאוסט ניו מעקסיקא ניטא לאווי ניידזשיריע ניידזשעל פאראדזש ניידזשער ניין עלעווען אטאקע נייע בוך נייעס בלעטלעך ניעל גורסאטש ניק עירס ניקאול מאליאטאקיס ניקאל פאשיניאן ניקאלעס מאדורע ניקאלעס סארקאזי ניקאלעס קרוז ניקאראגווא ניקי העילי נעבראסקע נעוואדא נעט נוטראליטי נענסי פעלאוסי נעפאל נעראנדרא מאודי נעשאנעל גארד נפתלי מאסטער נתן אייזיקסאן סאאד הארירי סאדיק קהאן סאודי אראביע סאוט טשיינע סי סאוטוועסט עירליינס סאטמאר סאל אלבאניז סאלווא קיער סאלוואדאר סאלוואדאר נאסראלא סאלמאנעלא סאמאליע סאמי אנאן סאן דיאגא סאן פראנציסקא סאני סאנקטוארי שטאט סאנקציעס סאשעל מידיא סודאן סוואזילאנד סוזען קאלינס סוזען רייס סוכות סועז קאנאל סופרים קאורט סטאניסלאוו יעזשעוו סטארבאקס סטוארט לופטפעלד סטיוו בענאן סטיוו דעינס סטיוו מענוטשין סטיוו ניוהאוז סטיוו סקאלייס סטיווען מיללער סטיווען סארענסען סטיווען פעדדאק סטעטן איילענד סטעיט דעפארטמענט סטעפאניע מיינער סטרייק סי.איי.עי. סי.בי.עס. סי.די.סי. סי.ווי.עס. סי.ען.ען. סי.עס.עקס. סי.עף.פי.בי. סיטגאו סיטי בייק סייבער אטאקע סייבער סעקיוריטי סייפולאו סייפאוו סייפרוס סילוועסטער טורנער סינגאפאור סינגאפאור עירליינס סינטיע ניקסאן סיערע ליאון סיקרעט סערוויס סיר סיריע סלאוואניע סלאוואקיי סנעפ סעבעסטשען גארקע סעבעסטשען קורטז סעווען עלעווען סעט ריטש סעלי יעיטס סעם קלאוויס סעמסאנג סערא האקעבי סאנדערס סערביע סערגיא מאטארעלא סערגעי גארקאוו סערגעי דעבקייעוו סערגעי לאווראוו סערגעי קיסליאק סערגעי ריאבקאוו סערזש סארזשיאן סעריל ראמאפוסא ספארטס ספייגעיט ספיריט עירליינס ספעיס עקס ספעיס פארס ספערן ספרינט סקאט גערעט סקאט וואלקער סקאט מאריסאן סקאט סטרינגער סקאט פרואיט סקאטלאנד סקאנדאל סקול באס סרי לאנקא עבאלע וויירוס עבי האנטסמאן עגיפטן עגיפטן-עיר עד גילעספי עד דעי עד ראויס עדווארד סנאודען עדווארד פילליפ עדווארד ראיס עדעם שיף עזרא קאהן-וואטניק עטיאפיע עטנע עי-321-על-אר עי.בי.סי. עי.טי. ענד טי. עי.סי.על.יו. עי.על.עס. עיטש.אר. מעקמעסטער עימי קלאבוטשער עיר בי-ענד-בי עיר פרענס עיר קאנאדע עירבאס עירבאס 320 עירבאס 350 עירבאס 380 עירוב על באגדאדי על דזשאזירא על פרענקען על קאידא על שאבאב על.דזשי.בי.טי. עליאט ענגעל עליזאבעט ווארען עליס וועלס עלען מאסק עלעקטארעל קאלעדזש עלעקטריק קארס עלעקשאן 2016 עלעקשאן 2018 עלעקשאן 2020 עלעקשאן 2021 עם.טי.עי. עם.עס.13 עם.עס.ען.בי.סי. עמא וואלף עמטרעק עמינענט דאמעין עמיראטן עמירעיטס עירליינס עממאנועל מאקראן עמעזאן עמעט פלאד עמערסאן מענאנגאגווא ען.או.עי.עי. ען.אר.עי. ען.בי.סי. ען.וויי.יו. ען.וויי.פי.די. ען.טי.עס.בי. ען.עס.עי. ענגלאנד ענדרו גאלדשטיין ענדרו מעקעיבי ענדרו ענגלין ענדרו קאומאו ענדרויד ענווייראמענטאל ענטאני ווינער ענערגיע עסטאניע עסטרייך עסקנות עף-15 עף-16 עף-35 עף.בי.איי. עף.די.עי. עף.די.ען.וויי. עף.טי.עי. עף.סי.סי. עף.עי.עי. עפל עצות און הילף עקאנאמיע עקוואדאר עקזעקוטיוו ארדער עקיופאקס עקסאן מאביל עקסידענט עקסעס אויל פייפליין עקסקלוסיוו ערד ציטערניש עריטרעיע עריק אלריטש עריק גאנזאלעס עריק גארסעטי עריק האלדער עריק טראמפ עריק סוואלוועל עריק עדעמס עריק שניידערמאן פאבלא קוזינסקי פאדעסטא גרופ פאדערשטע זייט פאול לעפעידזש פאול מענעפארט פאול נעהלען פאול רייען פּאוליעוו פאולענד ספרינג וואסער פאטולא גולאן פאליטיק פאליציי ברוטאליטעט פאליציי שיסעריי פאלסבורג פאלעסטיניע פאלעסטינער אויטאריטעט פאלשע נייעס פאנאוועזש פאנאמא פאקיסטאן פאקס ניוז פאראגוויי פאראדייס פאפירן פארבס פארד פארדאן פארט לאדערדעיל פארטא ריקא פארטוגאל פארטיידיגונג דעפארטמענט פארקינסאנס פוטש פוילן פון אידישער ווינקל פון אייוועלט פון די צייטונג פון דער בית פון דער יוד פון דער יושב ראש פון דער מעלדונג פון דער קלאסיפיידס פון המספיק גאזעט פון חיבורי הקהילה פון יעזורו פון ישיבה ווארלד ניוז פון להתחזק פון לוח היום פון לוח הציבור פון פיינע נייעס פון ק"י וואכנשריפט פון קאווע שטיבל פון קול ברמה פון קוק ווינקל פון קעטסקיל נייעס פון שערי מדע פורים פי.די.עף. פי.קעי.קעי. פיאט קרייסלער פיו ריסוירטש פיטער גאלינסקי פּיטער נעווארא פיטער סטראוק פיטער סטראזשק פייזער פייער פיל מורפי פיליפ גאלדבערג פיליפ העמאנד פימא פינאנץ פינחס גלויבער פינלאנד פלארידע פלו פליטים פליעדיגע קאר פלעטבוש פסח פסיכאלאגיע פעדעקס פעדעראלער רעילראוד אדמיניסטראציע פעדעריקא ווילסאן פעדעריקא מוהאריני פּעטי מאורי פעטרא פאראשענקא פעטריק ליטעל פעיסבוק פען סטעישאן פענסילוועניע פעסקא פערו פערסישן גאלף פעשמערגא פראטעסט פראנטעיר עירליינס פראנקרייך פרידאם קאקוס פריט באהרארא צדקה צהל צונאמי ציווילע קריג ציוניזם ציפערן צניעות צענזוס צענזור צפון דעקאטע צפון קאראליינע צפון קארעא קאוועיט קאורי בוקער קאורי דזשאנסאן קאורי לאוואנדאוסקי קאורי סטוארט קאזאכסטאן קאטאלאניע קאטאר קאטאר עירליינס קאלאמביע קאלאראדא קאליד אלי קאליפארניע קאלעד אלי קאמאלא העריס קאן עדיסאן קאנאדע קאנאקא-פיליפס קאנאר לעמב קאנגא קאנגרעס קאנדאליזא רייס קאנטינענטאל עירליינס קאנסומער פרייוועסי קאנסטאנטין קילימניק קאנסטרוקציע קאנספיראציע קאנעטיקוט קאסאווא קאסטא ריקא קאסטקא קאקא קאלא קאר אטאקע קארופציע קארטער פעידזש קאריביענס קארל אייקהאן קארלאס מאנאם קארלאס פוזשעמאנט קארס קארסיקע קהל לב טהור קהלא קדישא קו קלאקס קלען קובא קוויניפיאק קווינס קולטור קונסט קורדיסטאן קורדן קורצשלוס קידוש השם קים גודאנגא קים יאנג אן קים יאנג טשאל קינדליין קיסטאון אויל פייפליין קיסטאון ווירוס קיעט שילער קירוב רחוקים קירסטען ניעלסאן קלאגע קלמן יעגער קלעיר מעקעסקיל קעווין דע-ליאן קעווין מעקארטי קעטי ארינגטאן קעטי קראנינגער קעטלין וויין קעטסקילס קעי.דזשי.בי. קעיטי האקול קעיטי ערינגטאן קעיפ ווארדע קעלי סעדלער קעליען קאנוועי קעמבאדיע קענטאקי קעניע קענסאס קענסער קענעדי פיילס קענעט פרעיזשער קערען הענדעל קראאטיע קראון הייטס קריג קרימינאל קריס מורפי קריס קאומאו קריס קאלינס קריס קריסטי קריסטאפער פארינא קריסטאפער קאונס קריסטאפער רעי קריסטין דזשיליבראנד קריסטינא קירשנער קריפטא-קורענסי קרית טאהש קרית יואל קרעדיט סוויס ראאול קאסטרא ראב גאלדסטאון ראב פארטער ראבאט ראבערט ווילקי ראבערט מוגאבי ראבערט מוללער ראבערט עסטארינא ראבערט פיקא ראד בלאגאיעוויטש ראד וויהלער ראד ראזענשטיין ראדזשער סטאון ראדיקאליזם ראדריגא דוטערט ראוד איילענד ראווי ראגביר ראיאטן ראילא אודינגא ראלף נארטעם ראם עמאניועל ראן דזשאנסאן ראן ראקוועל האנסען ראסיזם ראסיפ טאיעפ ערדאוואן ראש השנה רובען דיאז רודי דזשוליאני רויטע קרייץ רויטערס רויעל דאטש-שעל רומעניע רוסלאנד רוסלאנד-וואלן סקאנדאל רחל מעדאו רי יאנג הא ריטינק-עקס ריטעיל ריטשארד בוערי ריטשארד בור ריטשארד בלומענטאל ריטשארד ספענסער ריטשארד פאוסעט ריטשארד פעינטער ריטשארד קארדרעי ריטשארד קלארידא ריטשי טאורעז רייזע פארבאט רייט-עיד רייכערן רייען זינקע רייקערס איילענד רינאט אכמעטשין ריעל עסטעיט ריעק מאשאר ריק געיטס ריק סעקאון ריק סקאט ריק פערי ריק קאטאן ריקאל ריקארדא מארטינעלי ריקארדא ראסעלא רעגיאנאל ביקור חולים רעגירונג רעגירונג פראגראמען רעגירונג שאטדאון רעי לאהוד רעי מאר רעינס פריבוס רעליגיע רענד פאול רעפובליקאנער פארטיי רעקס טילערסאן שאהיד קאהאן אבאסי שאול עלאוויטש שאן העניטי שאן ספייסער שבתאי שווייץ שוועדן שומרים שחיטה שטורם שטורעם אלבערטא שטייער שי דזשינפינג שילע דזשעקסאן לי שינזא אבעי שיעורים שיפפינג שיקאגא שלום בית שלום מרדכי רובאשקין שלמה העלבראנץ שמואל בוטח שמחה דאסקאל שמחה פעלדער שמחות שעווראן שעלדאן סילווער שעלי מעיער שעלי סימאנדס שעלי קעפיטא שענדונגערס שפאניע שפיאנאזש שרה נתניהו שרעק און סטראשע תולדות אברהם יצחק תימן תפילה תשעה באב