מאסקווע – היינט זונטאג קומען פאר די לאנג-ערווארטעטע וואלן אין רוסלאנד, וואו דאס פאלק וועט ארויסקומען שטימען צו ערוועלן דעם נעקסטן פרעזידענט, און עס איז קלאר אז וולאדימיר פוטין וועט געווינען ווידערוויילונג. אפיציעל לויפן עטליכע אנדערע קאנדידאטן, אבער זיי זענען אלע גאר שוואכע און אומבאקאנטע פיגורן, וויבאלד דער פוטין רעזשים האט זיכער געמאכט אז אזעלכע וויכטיגע און שטארקע אפאזיציע פיגורן ווי אלעקסיי נאוואלני, זאלן נישט קענען לויפן. עס איז טאקע ערווארטעט אז פוטין וועט געווינען, און וועגן דעם וועט מען בכלל נישט קוקן אויף דעם רעזולטאט, נאר מ'וועט בעיקר קוקן וויפיל רוסישע בירגער זענען ארויסגעקומען שטימען, וואס אויב האבן מיליאנען באשלאסן צו באיקאטירן די וואלן, וועט עס זיין א שטארקער קלאפ פאר פוטין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל