פראנקפורט – די קאר פירמע "פאורש", וועלכע פראדוצירט אולטרא-טייערע קארס פאר דעם "וואלקסוואגאן" ברענד, האט געזאגט, אז זי וועט זיך מעגליך אריינלאזן צו אנטוויקלען א פליענדיגן פאסאזשיר אויטא, וועלכע וועט זיין בעיקר געצילט צו קאנקורירן מיט אזעלכע סערוויסעס ווי "אובער" וועלכע שטעלן צו טעקסי סערוויס צו פארגרינגערן טראפיק און דרייוון פאר מענטשן. "פאורש" זאגט אז זי האלט אז דער צוקונפט פון טראפיקלאזע דרייוון, וועט זיין דורכ'ן פליען אין דער לופטן, און אירע פלענער זענען צו אנטוויקלען אזעלכע פליענדיגע אויטאס וואס דער מענטש וועט נישט דארפן קאנטראלירן, נאר עס וועט האבן די "זעלבסט-דרייוונדיגע" טעכנאלאגיע וואס אלגעמיינע דרייווערלאזע אויטאס פארמאגן שוין. צו קענען זיין אן אייגנטימער פון אזא טייערן פאורש זעלבסט-דרייוונדיגע פליענדיגע אויטא, וועלכע וועט זיין א נישט-ביליגע געשעפט, וועט מען נישט דארפן האבן קיין פילאט לייסענס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל