ניו דזשערסי – א ניו דזשערסיער מאן וועלכער איז געווארן שרעקליך אנגעטרונקען זייענדיג אויף א באזוך אין וועסט ווירדזשיניע, האט נישט געכאפט וואס ער טוט, ווען ער האט באשטעלט אן "אובער" טעקסי זאל אים אהיימנעמען ביז צוריק קיין ניו דזשערסי, און עס האט אים אפגעקאסט איבער זעכצן הונדערט דאלער. דער מאן קעני באטשמאן זאגט, אז ער האט געקלערט אז ער באשטעלט אן אובער פונעם רעסטוראנט וואו ער האט זיך אנגעטרונקען, צום האטעל ממש געציילטע בלאקס אוועק, אבער ווען דער דרייווער האט אים אויפגעוועקט נאכ'ן דרייוון דעם דריי-הונדערט-מייל וועג קיין ניו דזשערסי, האט באטשמאן נישט געוואוסט וואו ער געפינט זיך און ווער דער דרייווער איז. באטשמאן האט פרובירט זיך צו טענה'ן מיט "אובער", אז ער זאל נישט דארפן באצאלן פאר דער טייערער רייזע, אבער עווענטועל האט ער געמוזט באצאלן, און עס האט אים געקאסט 1,635 דאלאר! באטשמאן זאגט אז דער דרייווער איז כאטש געווען א וואוילער, און ער האט ער אים צוגעטיילט "פינף שטערנדלעך" און א קאמפלימענט פאר דער געשמאקער רייזע.

בילד.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל