מיאמי – אידישע מוסדות און שולעס אין סאוט פלארידע האבן אויסגעדריקט דאנקבארקייט פאר'ן פלארידע גאווערנאר ריק סקאט, וועלכער האט באשטעטיגט פרישע געלטער פאר זיכערהייט מאסנאמען. גאווערנאר סקאט האט לעצטנס אונטערגעשריבן דעם בודזשעט פאר פלארידע פאר די קומענדיגע איינס און א האלב יאר, און אינעם בודזשעט איז אריינגעשטעלט געווארן פרישע 2 מיליאן דאלאר פאר שולע זיכערהייט, ספעציפיש פאר אידישע שולעס און צענטערן. די געלטער וועלן צונוצקומען צו באוואכן די אידישע שולעס, סיי צוליב'ן אנגייענדיגן געפאר פון באמבע סטראשונקעס אויף אידישע צענטערן, וועלכע האבן זיך פארמערט אין די לעצטע צוויי יאר, און אויך צוליב די לעצטיגע פארשטארקערטע אויפמערקזאמקייט איבער סקול שיסערייען, אין שאטן פון דער שיסעריי אין פארקלענד, פלארידע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל