וואשינגטאן – א פרישע אנקעטע פון "פאקס ניוז" צייגט, אז דער שטארקער אויבערהאנט וואס די דעמאקראטן האבן ביז יעצט געהאט, אין זייערע שאנסן צו געווינען קאנגרעס און סענאט קאנטראל ביי די מידטוירם וואלן אין נאוועמבער, איז שטארק געשרומפן. די אנקעטע צייגט אז דעמאקראטישע קאנדידאטן זענען פאראויס פון רעפובליקאנער קאנדידאטן מיט בלויז 5 פראצענט, ווען 46 פראצענט וויילער זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר דעמאקראטן און 41 פראצענט זאגן אז זיי וועלן שטימען פאר רעפובליקאנער. דאס איז א שטארקע טויש פון דער זעלבער סארט "פאקס ניוז" אנקעטע פון פארלאפענעם אקטאבער, ווען עס האט געצייגט אז דעמאקראטן האבן א 15 פראצענט אויבערהאנט קעגן די רעפובליקאנער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל