וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געשריבן א מעסעדזש, אז די באריכטן אז ער האט שוועריגקייטן צו טרעפן לויערס, וועלכע זאלן אים רעפרעזענטירן אין דער אנגייענדיגער רוסלאנד אויספארשונג, זענען פאלש. טראמפ האט געשריבן אז ער איז זייער פרייליך און צופרידן מיט זיינע יעצטיגע לויערס, און אז פילע לויערס און געזעץ פירמעס ווילן ארבעטן פאר אים, אבער עס זענען פארהאן פארשידענע קאנפליקטן וואס ברענגט אז געוויסע לויערס זאלן לעגאל נישט קענען ארבעטן פאר אים. טראמפ האט נישט דעטאליזירט וואס די קאנפליקטן זענען, אבער עטליכע שעה נאך זיינע מעסעדזשעס, האט איינער פון זיינע לויערס, דזשעי סאקולא, געזאגט אין אן אינטערוויו, אז טראמפ וועט למעשה נישט נעמען די צוויי לויערס דזשאוסעף דיזשענאווא און וויקטאריע טאונסינג, וואס עס האט ביז יעצט געהייסן אז זיי וועלן זיין צוויי נייע לויערס אין דער רוסלאנד אויספארשונג.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל