די מאסיווע בינגא געשעפט אין בארא פארק האט זינט איר גרינדונג מיט א יאר צוריק געמאכט א מהפכה אין די גראסערי אינדוסטרי מיט א ברייטע אויסוואהל פון פראדוקטן פאר שפאט ביליגע פרייזן, א זאך פון וועלכע טויזנטער אידישע פאמיליעס געניסן א גאנץ יאר און ספעציעלע אין די בעפאר פסח סעזאן ווען די הוצאות שטייגן דראסטיש.  היינט האט געווארט פאר די איינקויפער אין ״בינגא״ אן אינטרעסאנטע איבעראשונג, לכבוד פסח טוט די מעגא סופערמארקעט אויך פארקויפן שטריימליך פאר א צוגענגליכע פרייז, פאר 499$ קען מען זיך איינהאנדלן א לייטישע בעל-בתי׳שע שטריימל.  פילע בארא פארקער איינוואוינער האבן אויסגעדריקט צופרידנהייט און עס הערט זיך א רוף צו די אייגענטומער אז זיי זאלן אויך אריינברענגען קאפעלושן און שטאפיר צו אראפברענגען די גאר הויכע פרייזן אין די מארקעט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל