וואשינגטאן – אן ערנסטער שרעק איז אנטשטאנען נעכטן אינמיטן טאג פארנט פון ווייסן הויז, ווען א פארשוין איז באגאנגען זעלבסטמארד מיט א גאן. דער אינצידענט האט פאסירט ווען דער אומאידענטיפיצירטער פארשוין איז צוגעקומען צום צוים, וואס נעמט ארום דאס ווייסע הויז אויף פענסילוועניע עוועניו, און האט ארויסגעשאסן עטליכע קוילן. אין איילעניש האט די סיקרעט סערוויס רעאגירט צו דער סצענע און געזען ווי דער פארשוין איז באגאנגען זעלבסטמארד. האבן זיי אויסגעליידיגט דעם גאנצן גאס פון פיסגייער און אויטא טראפיק, און עס איז געבליבן אזוי אפגעשפארט פאר עטליכע שטונדן, ביז'ן ענדיגן די נויטיגע אויספארשונגען. די סיקרעט סערוויס זאגט אז קיין איינס פון די קוילן זענען נישט געווען אין ריכטונג פון ווייסן הויז, און דעם פרעזידענט'ס לעבן איז נישט געווען אין געפאר, וויבאלד ער האט זיך דאן נישט געפונען דארטן, זייענדיג אין פלארידע פאר אן איין-טאגיקן באזוך.
הוסף רשומת תגובה