טאלאהאסי – דער סטעיט סענאט אין פלארידע, האט נעכטן סוקסעספול געענדיגט דעבאטירן א ניי געזעץ וועלכע וועט איינצוימען גאן פארקויף און איינשטעלן א סעריע נייע שולע זיכערהייט מאסנאמען. דאס געזעץ איז אויפגעברענגט געווארן אלס דירעקטער רעזולטאט פון דער שרעקליכער שולע שיסעריי מיט מער ווי 2 וואכן צוריק, וואו 17 סטודענטן זענען אומגעברענגט געווארן דורכ'ן שיסער ניקאלעס קרוז. דאס געזעץ איז היציג דעבאטירט געווארן, און די דעמאקראטן האבן פרובירט אריינצושטעלן א פולקאמען פארבאט אויפ'ן פארקויף פון מיליטערישע סארט גאנס, אבער עווענטועל איז עס ארויסגענומען געווארן. דער ענדגילטיגער ביל וועט צוימען און פארשווערן גאן פארקויף פאר מענטשן מיט גייסטישע-געזונט פראבלעמען, און אויך וועט עס שטעלן נייע זיכערהייט מאסנאמען פאר שולעס, אריינגערעכנט דאס ארויסהעלפן לערערינס וועלכע ווילן טראגן גאנס אין קלאס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל