ניו יארק – א מאסיווער ווינטער שטורעם, ביים נאמען "ריילי", האט זיך אראפגעלאזט אויף גרויסע טיילן פון די פאראייניגטע שטאטן, ברענגענדיג פילע אינטשעס שניי געמישט מיט רעגן. צווישן די אפעקטירטע סטעיטס זענען געווען ווירדזשיניע, מערילאנד, וואשינגטאן סטעיט, מאסעטשוסעטס, ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנעטיקוט, און דער צושטאנד אין מערילאנד און ווירדזשיניע איז אזוי געפערליך, אז די ארטיגע גאווערנארס האבן דערקלערט א "סטעיט אוו עמורדזשענסי". שרייבנדיג די שורות מוצאי שבת שפעט ביינאכט, זענען שוין באשטעטיגט געווארן 9 פאטאליטעטן אלס רעזולטאט פון שטורעם ריילי, און נאענט צו צוויי מיליאן אמעריקאנער הייזער זענען דערווייל אנע לעקטער. אין ניו יארק ספעציפיש, זענען איבער 1000 פלי-רייזעס אפגעשאפן געווארן, און פילע געגנטער נאענט צום וואסער, וועלכע זענען באטראפן געווארן ביי האריקעין סענדי אין יאר 12', זענען פריש באטראפן געווארן פון פארפלייצונגען.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל