וואשינגטאן – דזשעראד קושנער, פרעזידענט טראמפ'ס איידעם און איינער פון זיינע נאענטסטע ראטגעבער, ווערט גאר שטארק געצימבלט אין די מידיא אין די לעצטע פאר טעג, נאכדעם ווי ס'איז באקאנט געווארן אז ער האט פארלוירן זיין צוטריט צו די האקעלסטע סארט דאקומענטן פון דער אמעריקאנער רעגירונג. זינט'ן פארלירן די צוטריט, אלס רעזולטאט פון דעם וואס ער איז אונטער אויספארשונג דורך די עף-בי-איי, האבן זיך דערווייל נאכנישט אויפגעהערט די כמעט-טעגליכע פארשעמנדע ליעקס ארום קושנער. ערשטנס האט מען געהערט אז קושנער האט געמישט זיין רעגירונג דזשאב מיט זיין פריוואטע ביזנעס, דורכ'ן מעגליך דיסקוסירן הלוואות פאר זיין ביזנעס, בשעת ביזנעס פירער זענען געקומען פאר א ווייסן הויז באזוך. דערנאך האט מען געזען אז די קאנסערוואטיווע "וואל סטריט זשורנאל" פארלאנגט אז קושנער זאל אפטרעטן פון ווייסן הויז, און צום לעצט הערט מען א באריכט אז טראמפ אליינס וויל אז קושנער און זיין פרוי, טראמפ'ס טאכטער, זאלן פארלאזן זייערע פאזיציעס.
הוסף רשומת תגובה