ערשטע טייל אין די סעריע. זעה די צווייטע טייל.
האלטן חשבון איז טייל פונעם מינימום השתדלות וואס פארלאנגט זיך פונעם מענטש. – חשבון איז דער יסוד פון פינאנץ, און ווען די חשבונות שטימען נישט איז עס נאך וויכטיגער.
"בודזשעט" אינעם סאמע פשוט'ן משמעות פונעם ווארט באדייט דאס זעלבע ווי "הוצאות און הכנסות": אויסגאבן קעגן איינקונפטן. ווען די הכנסות זענען גענוג צו דעקן די הוצאות, איז דער בודזשעט "באלאנצירט". ווען די הכנסות שטייגן איבער די הוצאות, דאן פארמאגט דער בודזשעט א "סורפּלוס".
ביים רוב פון אונז ענדיגט זיך דאס שייכות פון "סורפּלוס" און אפילו "באלאנצירט" ביז "בודזשעט" אינעם ווערטערבוך. די איינקונפטן און אויסגאבן שטימען געווענליך נישט, און יעדער דאלאר וואס קומט אריין האט כאטש דריי אדרעסן וואוהין צו גיין.
ס'איז וויכטיג, אפילו ס'שטימט נישט
האבן א בודזשעט איז וויכטיג פאר יעדן, אונטער אלע אומשטענדן. אין אונזער לעבן, ווען דער חשבון שטימט געווענליך נישט, איז עס נאך וויכטיגער.
פאראן מענטשן וואס טראגן זיך ארום מיט דער הנחה אז היות דער חשבון שטימט במילא נישט, האט דאס גאנצע חשבון-האלטן נישט קיין פשט. כ'ווייס דאך אז די אויסגאבן און איינקונפטן זענען נישט צו נאענט באפריינדעט. וואס, ובכן, וועל איך האבן דערפון אז כ'וועל יא וויסן וואו און אויף ווי ווייט די צוויי שטימען נישט?
דער חשבון איז אבער נישט קיין ריכטיגער. פירן א בודזשעט איז איינער פון די וויכטיגסטע קאָמפּאָנענטן פון השתדלות. דערפאר מוז מען עס טאן, אפילו אויב נאר פאר'ן צוועק פון טאן דאס דייניגע.
עס גייט אבער ווייטער ווי דעם. א דאס פירן א בודזשעט ווען דער חשבון שטימט נישט איז סך וויכטיגער און ווירקזאמער ווי ווען ער שטימט יא. ס'איז א פאקט און אלע מומחים רעקאמענדירן אז ווען די הוצאות און הכנסות זענען נישט באלאנצירט, צו אנהייבן פירן א בודזשעט אלס איינער פון די ערשטע שריט. ווען די חשבונות שטימען נישט, דארף מען ראשית כל וויסן וואו דער פראבלעם שטייט איין און ווי גרויס ער באטרעפט.
עס הערט זיך אפשר נישט אזוי רעאליסטיש, אבער דאס בלויז וויסן – בלויז זען די נומערן און חשבונות שווארץ אויף ווייס – קען לינדערן, אויב נישט עלימינירן דעם לאָך. א חשבון דערציילט אלעס קלארער ווי דער קאפ איז ביכולת צו באנעמען פון "אויסנווייניג", און די ערשטע לעזונגען קומען נישט זעלטן ממש ווי פון זיך אליין. אזוי ארבעט עס.
א פראבלעמאטישער סטאטיסטיק
דער איבערוויגנדער רוב פון מענטשן אין די פאראייניגטע שטאטן פארמאגן נישט אוועקגעלייגט קיין גאנצע טויזנט דאלאר אין פאל אן עמוירדזשענסי-פאל וועט אמאל אונטערקומען. ס'איז א צרת רבים, אבער בשום אופן נישט קיין חצי נחמה! א מענטש דארף טאן דעם מינימאלן השתדלות.
דאס בעסטע, ווי פארשטענדליך, איז אנצוהייבן מיט'ן בודזשעט באלד אנהייב ווען עס ווערט נוגע. אנהייבן האלטן חשבון איז איינע פון די ערשטע זאכן וואס א פּאָרל זאל טאן אין דער ערשטער תקופה תיכף נאך דער חתונה. פאר די וואס שטייען שוין אין א שפעטערדיגער שטופע פון לעבן, איז די אויפגאבע שוין נישט אזא גרינגע. דער קאפ און סדר היום זענען שוין פול מיט דאגה און לחץ; די אויסגאבן לויפן שוין פון זיך אליין – אפטמאל מיט א שנעלערן טעמפא ווי דער מוח און מעגליכקייטן קענען אניאגן. ס'איז טאקע שווער, אבער פונקט אזוי וויכטיג. ס'איז אייגנטליך נאך וויכטיגער, ווייל וואס שפעטער אין לעבן, אלץ גרעסער ווערן די הוצאות און אלס שווערער וועט אנקומען דארט איינצושטעלן ארדענונג.
א סך וועלן מוזן אנקומען צו דער הילף פון א פינאנץ-עקספערט – אקאונטענט אדער דערפארענער בוכהאלטער ("בוקקיפּער"). אבער אויך יענע וועלן צום אלעם-ערשטן וועלן זען א חשבון מיט ציפערן און נומערן. אן דעם איז אוממעגליך אנצוהייבן.
רוב ארבעטלייט האבן אין ראם פון ביזנעס צוטריט צו א קאמפיוטער. עס זענען היינט פאראן א געוואלד מיט געלונגענע פראגראמען, א סך פון זיי גענצליך אומזיסט, וואס טוען פאר'ן מענטש גענוי דאס: האלטן חשבון אויף די הוצאות און הכנסות. א גוטע קאמפיוטער-פראגראם וועט זיך באגענוגן מיט דעם וואס איר וועט זי עטליכע מאל צושטעלן אייערע איינגאבעס און די געווענליכע, לויפנדע אויסגאבן. זי וועט דאן אנאליזירן די אינפארמאציע און אייך צושטעלן א קלארן, פינקטליכן באריכט וואס וועט אייך געבן א קלאר בילד וואו איר האלט אויף דער וועלט. די דאזיגע פראגראמען זענען זייער בייהילפיג אין דער אויפגאבע פון העלפן באלאנצירן דעם בודזשעט. איר וועט אליין קענען אויס'חשבונ'ען וואו צו שניידן; די פראגראם וועט אייך אויך בייהילפיג זיין מיט'ן אויסשטעלן א ליסטע פון פריאריטעטן – וואספארא אויסגאבע איז וויכטיגער און ווען.
די מסקנא פון א חשבון איז נישט אייביג און נישט דווקא דאס שניידן פונעם בודזשעט. ווען מען זעט דעם לאך אדער לעכער – וואו און ווי גרויס זיי זענען – קען מען אים פארשטאפן דורכ'ן פארגרעסערן די הכנסות. נאכ'ן מאכן דעם חשבון און אים אנהאלטן פאר א שטיק צייט, וועט איר קלארער זען וואו עס פאדערט זיך א תיקון, אדער וואו ס'איז צום גרינגסטנס מתקן צו זיין. יתכן אז ס'ווארט אייך אפ אן איבערראשונג, אז מיט נאך צוויי-דריי הונדערט דאלאר א וואך און אביסל רעפארמען דא און דארט, וועט דער בודזשעט באלאנצירט ווערן. ווען מען טוט וואס מען דארף און קען, זעען מענטשן קלאר די האנט פון דער השגחה, ווי זי פירט שוין צו אז דער חשבון זאל שטימען.
מאכן א בודזשעט איז נישט אזוי ווייט אן אקט ווי א געוואוינהייט. אין א וועג איז שווערער איינצושטעלן א נייע רגילת ווי איינמאל אונטערנעמען א שווערן שריט. מצד השני איז עס אבער גרינגער אויך, ווייל אין אונזער פאל ווערט דאס אויסגעפירט בהדרגה, שטאפלווייז. מען הייבט אן יעצט, מיט די אונטערקומענדע בילס און אנדערע אויסגאבן און איינקונפטן. דער בודזשעט-חשבון וועט אזוי ארום פון זיך אליין זיך אויפבויען, און ביז עטליכע חדשים וועט איר שוין האבן א מער-ווייניגער קלאר בילד.
אזויפיל יא, דאס בודזשעט-פירן פאדערט איבערגעגעבנקייט און פאראנטווארטליכקייט. ווי יעדער נייער זאך, איז אויך דא גילטיג דער כלל פון "כל התחלת קשות." אבער, ווי דער זאג דריקט עס אויס, איז עס שווער בלויז ביים אנהייב. דאס חשבון-האלטן וועט שנעלער ווי איר מיינט זיך איינגלידערן אינעם סיסטעם, און איר וועט זיך טרעפן פון זיך אליין צוגעבן צום חשבון.
פרואווט נישט "אייננעמען די וועלט". נעמט זיך נישט אונטער קיין דראסטישע זאכן און שטעלט נישט איין קיין ראדיקאלע ענדערונגען. די שינויים וואס די ערשטע אימפולסן טרייבן דעם מענטש צו מאכן ביים אנהייב זענען אפטמאל נישט רעאליסטיש. זיי וועלן אייך נאר אויסמאטערן און אויסשעפן. הייבט אן מיט בלויז חשבון. גיט זיך אפ מיט ציפערן און נומערן, אן פרואווען איינצושטעלן אין זיי א סדר. לאזט זיי לויפן, אפילו אויב ס'הערשט דארט כאאס. קודם זאל דער חשבון זיין; שפעטער וועט איר זיך ארויסלאזן זוכן מיטלען אז ער זאל שטימען.
פארזעצונג אין די צווייטע טייל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה