געוועזענער סיריער גענעראל: חיזבאללע באזיצט כעמישע וואפן
זוהיר אל-סקייט א געוועזענער סיריער גענעראל וועלכע שטייט היינט אין שפיץ פון אן אינטערנאציאנאלע קאמיסיע צו פארמיידן דאס פארשפרייטונג פון נוקלעארע וואפן האט אין א רעדע געווארן אז די חיזבאללע טעראר גרופע פארמאגט אין איר באזיץ כעמישע וואפן וואס זי האט באקומען פון די אסאד רעזשים.

ער האט אויך געזאגט אז איראן ארבייט אויף קורץ און מיטל -שטרעקיגע מיסילס וועלכע קענען ווערן באוואפנט מיט כעמישע שפיצן, און אז די מיסילס ווערן פראדוצירט פאר די אסאד רעזשים און פאר חיזבאללע צו נוצן קעגן מדינת ישראל אין פאל פון קריג ח״ו.

גענעראל אל-סקייט האט דערזערטירט די סירישע ארמיי אין 2013, ער איז געווען פאראנטווארטליך פאר די כעמישע פראגראם, און האט דעזערטירט נאכדעם וואס ער האט זיך אנטזאגט צו אויספירן די באפעלן צו פארגאזן סירישע רעבעלן, זינט דאן פירט ער אן אינטערנאציאנאלע קאמפיין קעגן די אסאד רעזשים.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל