דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט אין א זיצונג וואס ער האט אפגעהאלטן מיט מיטגלידער פון די אויסלענדישע באציאונגען קאמיטע אין סענאט גערופן סענאטארן צו אפשטעלן אן אמעריקאנער אפמאך מיט סאודי אראביע וועלכע וועט ערלויבן  אמעריקאנער פירמעס צו בויען נוקלרעארע איינריכטונגען אין סאודי אראביע פאר ציווילע צוועקן.

עטליכע סענאטארן האבן באשטעטיגט דעם באריכט איבער דעם זיצונג וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן אונטער פארמאכטע טירן, זיי זאגן אז נתניהו האט אויסגעדריקט זארג אז דאס וועט ברענגען צו א פרישע אפעטיט פאר אראבישע לענדער זיך צו איינהאנדלן נוקלעארעא וואפן.

נתניהו טוט דערמיט אונטערמינעווען א פרואוו פון די אמעריקאנער ענערגיע דעפארטמענט אין שפיץ פון ריק פערי וועלכע האט בלויז פאריגע וואך אונטערגעשריבן אן אפמאך מיט סואדי אראביע אונטער וועלכע אמעריקאנער ענערגיע פירמעס וועלן אויפשטעלן פאר די סאודיער 16 נוקלעארע רעאקטארס פאר די סומע פון ארום 80 ביליאן דאלער.

פרעזידענט טראמפ איז פערזענליך אינטרעסירט צו שטופן פאראויס דעם פראיעקט, וויבאלד עס וועט געבן א שטופ פאר די אמעריקאנער ענערגיע אינדוסטרי וועלכע האט אין די לעצטע יארן געליטן פארלוסטן, און דערווייל האבן סיי די ישראלים און סיי די אמעריקאנער באאמטע זיך אנטזאגט צו קאמענטירן איבער די באמערקונגען פונעם פרעמיער מיניסטער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל