עס איז נישט קיין נייעס אז די באציאונגען צווישן דעם ניו יארקער מעיאר און גאווערנער זענען נישט אמבעסטן, אבער די צוויי פרובירן געווענליך צו צייגן פאר די עפנטליכקייט א געוויסע מאס פון קאאפעראציע און קענגזייטיגע רעסעפעקט, אבער נעכטן זענען די זיידענע הענטשוך אראפגעקומען נאכדעם וואס דע-בלאזיע האט אנגעדייטעט אז ער וועט שטיצן א דעמאקראטישע קעגנער צו אפהאלטן פריימעריס אין בעפארברייטונג צו די 2020 גאווערנער פארמעסט.

דע-בלאזיע האט געזאגט אז די לינקע פראגרעסיווע ניו יארקער זוכן א מער ליבעראלער פאליטיקאנט ווי קואמאו און אז זיין פראקציע אינערהאבל די ניו יארקער דעמאקראטישע פארטיי וועט נישט שטיצן קומאו אזוי ווי מיט 4 יאר צוריק.

קאומא איז נישט שולדיג געבליבן און געזאגט אז דער מעיאר איז דורכגעפאלן מיט זיין פראגרעסיווע אגענדע, און אז ער האט אריבערגעווינען די וויילער מיט גרויסע הבטחות, אבער האט גאנץ ווייניג געליפטער ״א פראגרעסיווע פאליטיקאנט מיינט נישט איינער וואס לאזט די היימלאזע ניו יארקער אין אונטערמענטשליכע אומשטענדען, און עס נעמט אים 10 יאר צו שליסן רייקערס איילענד״ האט קואמא געזאגט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל